Orthodox Hasidic Yiddish Bible התג'7 ז און נאָכדעם האָבּ איך געזען 4 מַלאָכים שטיין בּיי די 4 עקן פוּן דער ערד, און האַלטן די 4 ווינטן פוּן דער ערד, אַז קיין ווינט זאָל נישט בּלאָזן אויף דער ערד, אָדער אויף דעם יַם, אָדער אויף קיין שוּם בּוים. 2 און איך האַבּ געזען אַן אַנדערן מַלאך אויפגיין פוּן דעם מזרח שֶמֶש, וואָס האָט דעם חוֹתם פוּן דעם אלוקים חיים; און ער האָט געשריגן מיט אַ קוֹל גדול צוּ די 4 מַלאָכים, וועמען עס איז געגעבּן געוואָרן צוּ בּאַשעדיקן די ערד און דעם יַם, 3 אַזוי צוּ זאָגן: בּאַשעדיקט נישט די ערד, אויך נישט דעם יַם, אויך נישט די בּיימער, בּיז מיר וועלן האָבּן געחַמתמעט די עבדים פוּן אלוקינו אויף זייערע שטערנס. 4 און איך האַבּ געהערט די צאָל פוּן די, וואָס זענען געווען פאַרחַתמעט: 144,000, פאַרחַתמעט פוּן שבטים פוּן די בּנֵי-יִשׂרָאל [כל, כל ישראל, זען רוימער 11:26]: 5 פוּן דעם שֵבָט יהוּדה זענען געווען פאַרחַתמעט 12,000, פוּן דעם שֵבָט ראוּבן 12,000, פוּן דעם שֵבָט גָד 12,000, 6 פוּן דעם שֵבָט אָשֵר 12,000, פוּן דעם שֵבָט נפתָּלי 12,000, פוּן דעם שֵבָט מנַשֶה 12,000, 7 פוּן דעם שֵבָט שִמעוֹן 12,000, פוּן דעם שֵבָט לֵוִי 12,000, פוּן דעם שֵבָט ישָשׂכָר 12,000, 8 פוּן דעם שֵבָט זבוּלוּן 12,000, פוּן דעם שֵבָט יוסף 12,000, פוּן דעם שֵבָט בִּניָמין זענען געווען פאַרחַתמעט 12,000. 9 נאָכדעם האָבּ איך געזען, ערשט אַ גרויסער הַמוֹן, וואָס קיינער האָט אים נישט געקענט איבּערציילן, פוּן יעדער אוּמה און פוּן אַלע שבָטים, און פעלקער, און לשוֹנות, שטיין פאַר דעם כּיסא-הכבוד און פאַר דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], אָנגעטאָן אין ווייסע קיטלען און פּאַלמען אין זייערע הענט; 10 און זיי שרייען מיט אַ קוֹל גדול, אַזוי צוּ זאָגן: ישוּעת אלוקינו געהערט צוּ ה' אלוקינו, וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, און צוּ דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7]! 11 און אַלע מַלאָכים זענען געשטאַנען אַרוּם און אַרוּם דעם כּיסא-הכבוד און אַרוּם די זקֵנים און די 4 חַיות; און זיי זענען אנידערגעפאלן פאַר דעם כּיסא-הכבוד אויף זייערע פֶּנימער, און האָבּן זיך געבּוּקט צוּ ה', 12 און געזאָגט: אָמֵן! בּענטשוּנג, און כבוד, און חָכמה, און דאַנקלוּיבּ, און כָּבוד, און גבוּרה, און מאַכט, געהערן צוּ אלוקינו לעולמי עולמים! אָמֵן. 13 און איינער פוּן די זקֵנים האָט געענטפערט און צוּ מיר געזאָגט: די דאָזיקע, וואָס זענען אָנגעטאָן אין די ווייסע קיטלען, ווער זענען זיי און פוּנוואַנען קוּמען זיי? 14 און איך חאָבּ געזאָגט צוּ אים: אֲדוֹנִי, דוּ ווייסט. און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: דאָס זענען די, וואָס קוּמען אַרויס פוּן הצרה הגדולה, און זיי האָבּן געוואַשן זייערע קיטלען, און האָבּן זיי געמאַכט ווייס אין דעם דָּם פוּן דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. 15 דערפאר זענען זיי פאַר דעם כּיסא-הכבוד פוּן ה', און זיי דינען אים יוֹמָם וָלַיְלָה אין זיין הֵיכל; און דער, וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, וועט אויסשפּרייטן זיין געצעלט איבּער זיי. 16 זיי וועלן מער נישט הוּנגערן, און אויך מער נישט דאָרשטן; אויך וועט די שֶמֶש נישט פאַלן איבּער זיי, אויך נישט קיין שוּם היץ; 17 מחמת דאָס שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], וואָס איז אין דער מיט פוּן דעם כּיסא-הכבוד, וועט זיין זייער רוֹעֶה און וועט זיי פירן צוּ קוואַלן פוּן מַיִם חַיִּים; און ה' וועט אָפּווישן יעדע טרער פוּן זייערע אויגן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |