Revelation 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'6

ו און איך האָבּ געזען, ווען דאָס שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7] האָט געעפנט 1ער פוּן די 7 חַתִימות; און איך האָבּ געהערט איינע פוּן די 4 חַיות זאָגן, ווי מיט אַ קוֹל פוּן אַ דוּנער: קוּם! 2 און איך האָבּ געזען, ערשט אַ ווייס פערד, און דער, וואָס איז אויף אים געזעסן, האָט געהאַט אַ בּויגן. און עס איז אים געגעבּן געוואָרן אַן עֲטָרָת; און ער איז אַרויסגעגאַנגען ווי אַ גיבּור, און כּדי מנַצֵחַ צוּ זיין. 3 און אַז דאָס שֶה האָט געעפנט די 2ער חַתִימה, האָבּ איך געהערט די 2ער חַיה זאָגן: קוּם! 4 און אַן אַנדער פערד איז אַרויסגעקוּמען, אַ רויט פערד; און דעם, וואָס איז אויף אים געזעסן, איז געגעבּן געוואָרן צוּ נעמען דעם שָלום פוּן דער ערד, און כּדי זיי זאָלן הַרגענען איינער דעם אַנדערן; און עס איז אים געגעבּן געוואָרן אַ גרויסע חֶרֶב. 5 און אַז דאָס שֶה האָט געעפנט די 3ער חַתִימה, האָבּ איך געהערט די 3ער חַיה זאָגן: קוּם! און איך האָבּ געזען, ערשט אַ שוואַרץ פערד; און דער, וואָס איז אויף אים געזעסן, האָט געהאַט אַ וואָגשאָל אין זיין האַנט. 6 און איך האָבּ געהערט, ווי סע וואָלט געווען אַ קוֹל אין דער מיט פוּן די 4 חַיות זאָגן: אַ מאָס חִטָּה פאַר אַ דינָר, און 3 מאָס גערשטן פאַר אַ דינָר, און דעם שֶמֶן און דעם וויין פאַרדאַרבּ נישט. 7 און אַז דאָס שֶה האָט געעפנט די 4ער חַתִימה, האָבּ איך געהערט דאָס קוֹל פוּן דער 4ער חַיה זאָגן: קוּם! 8 און איך האָבּ געזען, ערשט אַ געלבּלעך פערד, און דער, וואָס איז אויף אים געזעסן, זיין נאַמען איז געווען מָוֶת; און דער שאוֹל-תַּחתִּיה איז אים נאָכגעגאַנגען. און עס איז זיי געגעבּן געוואָרן שלִיטה איבּער דעם 1/4 טייל פוּן דער ערד, צוּ טייטן מיט חֶרֶב, און מיט הוּנגער, און מיט מָוֶת, און דוּרך די ווילדע חַיות פוּן דער ערד. 9 און אַז דאָס שֶה האָט געעפנט די 5ער חַתִימה, האַבּ איך געזען אוּנטער דעם מִזבֵּחַ די נשָמות פוּן די, וואָס זענען געהַרגעט געוואָרן פוּנוועגן דעם דָּבָר ה', און פוּנוועגן דעם עֵדות, וואָס זיי האָבּן אָפּגעלייגט. 10 און זיי האָבּן געשריגן מיט אַ הויך קוֹל, אַזוי צוּ זאָגן: עַד מָתַי, אָ אֲדֹנָי, דוּ הייליקער און וואַרהאַפטיקער, וועסטוּ נישט מִשפּטן און זיך נוֹקם זיין פאַר אוּנדזער דָּם אָן די, וואָס וואוינען אויף דער ערד? 11 און עס איז געגעבּן געוואָרן יעדן פוּן זיי אַ ווייס קיטל, און עס איז זיי געזאָגט געוואָרן, אַז זיי זאָלן נאָך רוּען אַ קוּרצע צייט, בּיז אויך זייערע מיטקנעכט און זייערע אַחִים במשיח, וואָס דאַרפן געטייט ווערן אַזוֹיווי זיי, וועלן דערפילן זייער גאַנג. 12 און איך האַבּ געזען, ווען דאָס שֶה האָט געעפנט די 6ער חַתִימה, און עס איז געווען אַ גריסע ערדציטערניש; און די שֶמֶש איז געוואָרן שוואַרץ ווי אַ זאַק פוּן האָר, און די גאַנצע לבָנה איז געוואָרן ווי דָּם; 13 און די שטערן פוּן דעם שָמַיִם זענען געפאַלן אויף דער ערד, ווי אַ פייַגנבּוים וואַרפט אַראָפּ זיינע נישט-צייטיקע פייגן, ווען ער ווערט געטרייסלט פוּן אַ שטאַרקן ווינט. 14 און דער שָמַיִם איז פאַרשוואוּנדן געוואָרן ווי אַ מגִילה, ווען זי ווערט צוּנויפגעוויקלט; און אַלע בּערג און אינזל זענען אַרויסגערוּקט געוואָרן פוּן זייערע ערטער. 15 און די מלָכים פוּן דער ערד, און די שָרים, און די הויפּטלייַט, און די נגִידים און די תַּקִיפים, און כָּל עֶבֶד און כָּל בֶּן-חוֹרִין, האָבּן זיך פאַרבּאָרגן אין די היילן און אין די פעלזן פוּן די בּערג; 16 און זיי האָבּן געזאָגט צוּ די בּערג און צוּ די פעלזן: פאַלט אויף אוּנדז און פאַרבּאַרגט אוּנדז פוּן דעם פָּנים פוּן דעם, וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, און פוּן דעם זַעַם פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]! 17 מחמת דער יוֹם הגדול פוּן זייער זַעַם האָט גענעענט, און ווער קען בּאַשטיין?

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 5
Top of Page
Top of Page