Revelation 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'5

ה און איך האָבּ געזען אין דער רעכטער האַנט פוּן דעם, וואָס איז געזעסן אויף דעם כּיסא-הכבוד, אַ סֵפר, בּאַשריבּן אינעווייניק און פוּן הינטן, און פאַרחַתמעט מיט 7 חַתִימות. 2 און איך האָבּ געזען אַ מַלאך רב-כֹּחַ, וואָס האָט אויסגערוּפן מיט אַ הויך קוֹל: ווער איז רָאוּי צוּ עפענען דאָס סֵפר און אָפּצוּטאָן פוּן אים די חַתִימות? 3 און קיינער נישט אין הימל, אָדער אויף דער ערד, אָדער אוּנטער דער ערד, איז בּכּוֹחַ געווען צוּ עפענען דאָס סֵפר, אָדער צוּ קוּקן אויף אים. 4 און איך האָבּ זייער געוויינט, מחמת סע האָט זיך נישט געפוּנען קיינער, וואָס זאָל רָאוּי זיין צוּ עפענען דאָס סֵפר, אָדער צוּ קוּקן אויף אים. 5 און איינער פוּן די זקֵנים האָט געזאָגט צוּ מיר: וויין נישט, זע, דער אַרְיֵה, וואָס איז פוּן דעם שֵבָט יהוּדה, דער שוֹרֶש פוּן דָוִדן, האָט מנַצֵחַ געווען צוּ עפענען דאָס סֵפר און זיינע 7 חַתִימות. 6 און איך האָבּ געזען אין דער מיט פוּן דעם כּיסא-הכבוד און די 4 חַיות, און אין דער מיט פוּן די זקֵנים, אַ שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7] שטיין גלייך ווי סע וואָלט געווען געשאָכטן, און סע האָט 7 הערנער און 7 אויגן, וואָס זענען די 7 גייסטער פוּן ה', אַרויסגעשיקט אויף דער גאַנצער ערד. 7 און סע איז געקוּמען און האָט אַרויסגענוּמען דאָס סֵפר פוּן דער רעכטער האַנט בּיי דעם, וואָס איז געזעסן אויף דעם כּיסא-הכבוד. 8 און ווען סע האָט גענוּמען דאָס סֵפר, זענען די 4 חַיוֹת און די 24 זקֵנים אַנידערגעפאַלן פאַר דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], און יעדער איינער האָט געהאַט אַ האַרף און זָהָב בּעקנס פוּל מיט קטוֹרֶת, וואָס זענען די תּפִילות פוּן די קדוֹשִים. 9 און זיי האָבּן געזוּנגען אַ שִיר חָדָש, אַזוי צוּ זאָגן: רָאוּי בּיסטוּ צוּ נעמען דאָס סֵפר און צוּ עפענען זיינע חַתִימות, מחמת דוּ בּיסט געשאָכטן געוואָרן, און מיט דיין [גאוּלה פּדוּת] דָּם האָסטוּ אוסגעקויפט פאַר ה' פוּן יעדן שֵבָט, און לָשון, און אוּמה, און עם, 10 און האָסט זיי געמאַכט פאַר אלוקינו אַ מלוּכה און כֹּהַנים, און זיי וועלן קעניגן אויף דער ערד. 11 און איך האָבּ געזען, און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל פוּן אַ סַך מַלאָכים אַרוּם און אַרוּם דעם כּיסא-הכבוד און די חַיוֹת און די זקֵנים; און זייער צאָל איז געווען 10,000 מאָל 10,000, און טויזנטער פוּן טויזנטער, 12 און זיי האָבּן געזאָגט מיט אַ הויך קוֹל: רָאוּי איז דאָס שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], וואָס איז געשאָכטן געוואָרן, מקַבּל צוּ זיין די מאַכט, און עַשִירות, און חָכמה, און גבוּרה, און כָּבוד, און הערלעכקייט, און בּענטשוּנג. 13 און יעדע בּרִיאה, וואָס איז אין שָמַיִם, און אויף דער ערד, און אוּנטער דער ערד, און אויף דעם יַם, און אַלצדינג, וואָס איז אין זיי, האָבּ איך געהערט זאָגן: צוּ אים, וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, און צוּ דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], איז די בּענטשוּנג, און דער כָּבוד, און די הערלעכקייט, און די מאַכט לעוֹלמֵי עוֹלמים. 14 און די 4 חַיות האָבּן נאָכגעזאָגט: אָמֵן. און די זקֵנים זענען אנידערגעפאלן און האָבּן זיך געבּוקט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 4
Top of Page
Top of Page