Revelation 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'4

ד נאָכדעם האַבּ איך געזען, ערשט אַ דֶּלֶת איז געשטאַנען אָפן אין הימל, און דאָס ערשטע קוֹל, וואָס איך האַבּ געהערט, ווי פוּן אַ שוֹפר, האָט גערעדט מיט מיר, און געזאָגט: קוּם אַרויף אַהער, און איך וועל דיר ווייזן דאַס, וואָס מוּז שפּעטער געשען. 2 און גלייך בּין איך געווען אין דעם רוּחַ הקודש, און הִנֵּה, עס איז געווען אַוועקגעשטעלט אַ כּיסא-הכבוד אין שָמַיִם, און איינער איז געזעסן אויף דעם כּיסא-הכבוד; 3 און דער, וואָס איז געזעסן, האָט געהאַט אויף זיך דאָס אויסזען ווי פוּן אַ יאַספּיס און אַ סאַרדיסשטיין; און אַ רעגבּויגן איז געווען אַרוּם דעם כּיסא-הכבוד, ווי דאָס אויסזען פוּן אַ סמאַראַגד. 4 און אַרוּם און אַרוּם דעם כּיסא-הכבוד זענען געווען 24 טראָנען; און אויף די טראָנען האָבּ איך געזען זיצן 24 זקֵנים, אָנגעטאָן אין ווייסע קיטלען, און אויף זייערע קעפּ עַטְרוֹת פוּן זָהָב. 5 און פוּן דעם כּיסא-הכבוד אַרויס גייען בּליצן און קוֹלות און דוּנערן. און 7 אֵש-פאַקלען האָבּן געבּראַכט פאַר דעם כּיסא-הכבוד, וואָס זענען די 7 גייסטער פוּן ה'; 6 און פאַר דעם כּיסא-הכבוד ווי סע וואָלט געווען אַ יַם פוּן גלאַז, גלייך ווי קריסטאָל. און אין דער מיט פוּן דעם כּיסא-הכבוד, און אַרוּם און אַרוּם דעם כּיסא-הכבוד, 4 חַיות פוּל מיט אויגן פוּן פאָרנט און פוּן הינטן. 7 און די 1ער חַיה איז געווען ווי אַן אַרְיֵה, און די 2ער חַיה ווי אַן אָקס, און די 3ער חַיה האָט געהאַט אַ פָּנים פוּן אַ בּן-אדם, און די 4ער חַיה איז געווען ווי אַ פליענדיקער אָדלער. 8 און די 4 חַיות, וואָס יעדע איינע פוּן זיי האָט געהאַט 6 פליגל, זענען פוּל מיט אויגן אַרוּם און אַרוּם און אינעווייניק. און זיי האָבּן יוֹמם ולַיְלָה נישט קיין רוּ, און זאָגן: קָדוש, קָדוש, קָדוש איז ה' צבאות, דער א-ל שדַּי, וואָס איז געווען און וואָס איז און וואָס וועט קוּמען. 9 און ווען די חַיות האָבּן אָפּגעגעבּן הערלעכקייט, און כָּבוד, און דאַנקלוּבּ, צוּ אים וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, וואָס לעבּט לעוֹלמי עולמים, 10 פאַלן אַנידער די 24 זקֵנים פאַר אים, וואָס זיצט אויף דעם כּיסא-הכבוד, און בּוּקן זיך צוּ אים, וואָס חַי לְעוֹלְמֵי עוֹלָמִים, און ווארפן אַנידער זייערע עַטְרוֹת פאַר דעם כּיסא-הכבוד, און זאָגן: 11 רָאוּי בּיסטוּ, אֲדוֹנֵנוּ און אלוקינו, מקַבּל צוּ זיין די הערלעכקייט און דעם כָּבוד און די שטאַרקייט; מחמת דוּ האָסט בּאַשאַפן אַלצדינג, און דוּרך דיין רָצון זענען זיי געווען און זענען בּאַשאַפן געוואָרן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 3
Top of Page
Top of Page