Orthodox Hasidic Yiddish Bible התג'3 ג און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין סַרדִּיס שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער, וואָס האָט די 7 גייסטער פוּן ה' און די 7 שטערן: איך קען דיינע מַעשׂים; דוּ האָסט אַ נאָמען, אַז דוּ לעבּסט, און בּיסט טויט. 2 וואך און בּאַפעסטיק דאָס איבּעריקע, וואָס איז געווען גרייט צוּ שטאַרבּן; מחמת איך האָבּ נישט געפוּנען דיינע מַעשׂים גאַנץ פאַר מיין אלוקים. 3 געדענק דערפאר וויאַזוי דוּ האָסט מקַבּל געווען און געהערט, און זיין שומר איבּער עס און טוּ תּשוּבה. אויבּ אָבּער דוּ וועסט נישט זיין שוֹמֵר, וועל איך קוּמען ווי אַ גַנב, און דוּ וועסט נישט וויסן אין וואָסער שָעה איך וועל קוּמען איבּער דיר. 4 דוּ האָסט אָבּער אין סַרְדִּיס עטלעכע נעמען, וואָס האָבּן נישט בּאַפלעקט זייערע קפטנס; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייַסן, מחמת זיי זענען ראוי. 5 דער, וואָס איז מנַצֵחַ, וועט אַזוי אָנגעטאָן ווערן אין ווייַסע קפטנס, און איך וועל בּאֵין-אוֹפן נישט אויסמעקן זיין נאָמען פוּן דעם סֵפֶר-הַחַייִם, און איך וועל מוֹדה זיין זיין נאָמען פאַר מיין אלוקים הָאָב און פאַר זייען מַלאָכים. 6 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. 7 און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן פִילָדֶלְפִיָה שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער, וואָס איז קָדוֹש, דער, וואָס איז וואָרהאַפטיק, דער, וואָס האָט דעם מַפְתֵּחַ פוּן דָוִדן, דער, וואָס עפענט, און קיינער וועט נישט פאַרשליסן, און וואָס פאַרשליסט, און קיינער עפענט נישט: 8 איך קען דיינע מַעשׂים - זע, איך האָבּ געשטעלט פאַר דיר אַ געעפנטע דֶּלֶת, וואָס קיינער וועט זי נישט קענען פאַרשליסן -- מחמת דוּ האָסט אַ קליינעם כּוֹח, און האָסט געהאַלטען מיין דָּבָר, און נישט פאַרלייקענט מיין נאָמען. 9 זע, איך וועל געבּן פוּן דעם שול [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה] אונטער פארפירונג פוּן הַשָטָן, פוּן יענע, וואָס זאָגן, אַז זיי זענען בּני בּרית, און זענען עס נישט [פון די ברית חדשה, זען ירמיה (34-31)33-31:30], נייערט זאָגן שקָרים -- זע, איך וועל מאַכן, אַז זיי זאָלן קוּמען און זיך בּוּקן פאַר דיינע רגלים, און זאָלן וויסן, אַז איך האבּ דיך ליבּ. 10 מחמת דוּ האָסט געהאַלטן דאָס דָּבָר פוּן מיין סבלנות, וועל איך אויך דיך היטן פוּן דער שָעה פוּן נסָיון, וואָס וועט קוּמען איבּער דער גאַנצער וועלט צוּ פּרוּאוון די, וואָס וואוינען אויף דער ערד. 11 איך קוּם בּאַלד; האַלט שטאַרק דאָס, וואָס דוּ האָסט, כּדי קיינער זאָל נישט צוּנעמען דיין עֲטָרָת [זען טימב 4:8]. 12 דער, וואָס איז מנַצֵחַ, דעם וועל איך מאַכן פאַר אַ זייַל אין דעם הֵיכל פוּן מיין אלוקים, און ער וועט מער נישט אַרויסגיין פוּן דאָרטן; און איך וועל אויף אים אויפשרייַבּן דעם נאָמען פוּן מיין אלוקים, און דעם נאָמען פוּן דער שטעטל פוּן מיין אלוקים, דאָס ירוּשָלַיִם החדשה, וואָס נידערט אַראָפּ פוּן הימל, פוּן מיין אלוקים, און מיין אייגענעם שם החדש. 13 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. 14 און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין לָאוֹדִיקֵאָה שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער אָמֵן, דער געטרייַער און וואָרהאַפטיקער עֵדות, דער אָנהייבּ פוּן דער בּאַשאַפוּנג פוּן ה'. 15 איך קען דיינע מַעשׂים, אַז דוּ בּיסט נישט קאַלט, אויך נישט הייס; הַלוואַי וואָלטסטוּ געווען קאַלטן, אָדער הייס! 16 על-כּן, ווייל דוּ בּיסט לעבּלעך, נישט הייס, אויך נישט קאַלט, וועל איך דיך אויסשפּייַען פוּן מיין מויל. 17 ווייל דוּ זאַגסט: איך בּין רייך, און האַבּ דערוואָרבּן עַשִירות, און נייטיק מיך אין גאָרנישט, און ווייסט נישט, אַז דוּ בּיסט גראָד עלנט, און אוּמגליקלעך און אָרעם, און בּלינד, און נאַקעט. 18 על-כּן, ראָט איך דיר, צוּ קויפן בּיי מיר זָהָב, געלייַטערט דוּרך אֵש, כּדי דוּ זאַלסט ווערן רייך; און ווייַסע מַלבּוּשים, כּדי דוּ זאָלסט דיך בּאַקליידן, און כּדי די בּוּשה פוּן דיין נאַקעטקייט זאָל נישט אָנטפּלעקט ווערן; און אויגנזאַלבּ צוּ זאַלבּן דיינע אויגן, כּדי דוּ זאָלסט קענען זען. 19 אַלע, וואָס איך האַבּ ליבּ, מוּסר איך און שטראָף; זיי דערפאר אייפעריק און טוּ תּשוּבה. 20 זע, איך שטיי בּיי דער פֶּתַח און קלאַפּ אָן; אויבּ עמיצער הערט מיין קוֹל און טוּט עפענען די דֶּלֶת, וועל איך אַרייַנקוּמען צוּ אים, און וועל עסן מיט אים, און ער מיט מיר. 21 דער, וואָס איז מנַצֵחַ, דעם וועל איך געבּן, אַז ער זאָל זיך אַנידערזעצן מיט מיר אויף מיין כּיסא-הכבוד, אַזוֹיווי אויך איך האַבּ מנַצֵחַ געווען און האַבּ מיך אַנידערגעזעצט מיט אלוקים אָבִי אויף זיין כּיסא-הכבוד. 22 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |