Orthodox Hasidic Yiddish Bible התג'2 ב צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס [ברית חדשה] קהִלָּה אין אֶפֶסוֹס שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער, וואָס האַלט די 7 שטערן אין זיין רעכטער האַנט, וואָס גייט אין דער מיט פוּן די 7 מנוֹרות זָהָב: 2 איך קען דיינע מַעשׂים און דיין מיִ און דיין סבלנות, און אַז דוּ קענסט נישט פאַרטראָגן קיין רשָעים, און האָסט אויסגעפּרוּאווט די, וואָס רוּפן זיך שלִיחים, און זענען עס נישט, און האָסט זיי אויסגעפוּנען פאַר כֹּזְבִים; 3 און דוּ האָסט געדוּלד, און האָסט פאַרטראָגן פוּן מיין נאָמענוועגן, און בּיסט נישט געוואָרן מיד. 4 איך האָבּ אָבּער קעגן דיר דאָס, וואָס דוּ האָסט פאַרלאָזן דיין אַהֲבַה הראשונה. 5 געדענק דערפאר פוּנוואַנען דוּ בּיסט געפאַלן, און טוּ תּשוּבה, און טוּ די מַעשׂים הרִאשונים. אויבּ נישט, וועל איך קוּמען צוּ דיר, און וועל אַוועקרוּקן דיין מנוֹרה פוּן איר אָרט, אויבּ דוּ וועסט נישט תּשוּבה טאָן. 6 דאָס אָבּער האָסטוּ, וואָס דוּ האָסט פיינט די מַעשׂים פוּן די נִיקוֹלָסִים, וועמען אויך איך האָבּ פיינט. 7 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות: דער, וואָס איז מנַצֵחַ, דעם וועל איך געבּן צוּ עסן פוּן דעם עֵץ-הַחַייִם, וואָס איז אין גַן-עֵדן פון ה'. 8 און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין זְמִירְנָה שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט הראשון און האחרון, וואָס איז געווען מֵת און איז ווידער לעבּעדיק געוואָרן: 9 איך ווייס פוּן דיין טרויער און דיין אָרעמקייט -- דוּ בּיסט אָבּער רייך -- און די לעסטערוּנג פוּן די, וואָס זאָגן, אַז זיי זענען [ארטאדאקסיש] ייִדן, און זענען עס נישט, נאָר זענען אַ שול [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה] אונטער פארפירונג פוּן הַשָטָן. 10 האָבּ נישט קיין מורא פאַר דעם, וואָס דוּ וועסט דאַרפן ליידן. זע, הַשָטָן איז גרייט עטלעכע פוּן אייך אַרייַנצוּאוואַרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר, כּדי איר זאָלט געפּרוּאווט ווערן, און איר וועט האָבּן צָרות 10 טעג. זיי געטריי בּיז צוּם מָוֶת, און איך וועל דיר געבּן די עֲטֶרֶת הַחיִּים. 11 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות: דער, וואָס איז מנַצֵחַ, וועט נישט ליידן פוּן דעם 2ער מָוֶת [זען צווייטן געבּורט און צווייטן מָוֶת, יוחנן 3:3; התג' 15-20:6,11]. 12 און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין פֶּרְגָמוֹס שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער, וואָס האָט די שאַרפע חֶרֶב מיט 2ער שנייַדיקע: 13 איך ווייס, וואוּ דוּ וואוינסט, דאָרט, וואוּ ס'איז דעם כִּסֵא פון הַשָטָן; און דוּ האַלטסט פעסט מיין נאָמען, און האָסט נישט פאַרלייקענט מיין [ארטאדאקסיש יידיש] אֱמוּנה, אַפילו נישט אין די טעג פוּן אַנְטִפַּסן, מיין עֵדות הַנֶּאֶמָן, וואָס איז געהַרגעט געוואָרן צווישן אייך, וואוּ הַשָטָן וואוינט. 14 איך האָבּ אָבּער עטלעכע זאַכן קעגן דיר, מחמת דוּ האָסט דאָרטן עטלעכע, וואָס האַלטן די לערנוּנג פוּן בִּלעָמען, וואָס האָט געלערנט בָּלָקן צוּ וואַרפן אַ מכשול פאַר די בּנֵי-ישׂרָאל, צוּ עסן דאָס, וואָס מען האָט מַקריב געווען צוּ אֱלִילִים און צוּ בּאַגיין זנוּת [זען מהש 15:20,29]. 15 אַזוי אויך האָסטוּ עטלעכע, וואָס האַלטן פוּן דער לערנוּנג פוּן די נִיקוֹלָסִים. 16 טוּ דערפאר תּשוּבה. אויבּ נישט, קוּם איך צוּ דיר אינגיכן, און וועל מִלחָמה האַלטן קעגן זיי מיט דער חֶרֶב פוּן מיין מויל. 17 דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט צוּ די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות: דער, וואָס איז מנַצֵחַ, דעם וועל איך געבּן פוּן דעם פאַרבּאָרגענעם מָן, און איך וועל אים געבּן אַ ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין אָנגעשריבּן אַ שֵם חָדָש, וואָס קיינער ווייסט נישט, אַחוּץ דער, וואָס איז אים מקַבּל. 18 און צוּ דעם מַלאך פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין תִּיאָטִירָה שרייבּ: דאָס דאָזיקע זאָגט דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, וואָס האָט אויגן ווי אַ פלאַם פוּן אֵש, און זיינע רגלים זענען געגליכן צוּ פּאָלירט מעש: 19 איך קען דיינע מַעשׂים און דיין אַהֲבַה און [ארטאדאקסיש יידיש] אֱמוּנה און עבודת קֹדֶש שרוּת און סַבְלָנוּת, און אַז דיינע לעצטע מַעשׂים זענען מער, ווי די ערשטע. 20 איך האָבּ אָבּער עפּעס קעגן דיר, מחמת דוּ דוּלדסט דאָס אִשָה אִיזֶבֶל, וועלכע רוּפט זיך נְבִיאָה, און זי לערנט און פאַרפירט מיינע עבדים צוּ בּאַגיין זנוּת, און צוּ עסן דאָס, וואָס מען האָט מַקריב געווען צוּ אֱלִילִים. 21 און איך האָבּ איר געגעבּן צייט, אַז זי זאָל תּשוּבה טאָן; און זי וויל נישט תּשוּבה טאָן אויף איר זנוּת. 22 זע, איך וואַרף זי אויף אַ מִטָּה חוֹלֶה, און די, וואָס זענען מזַנה מיט איר, אין אַ צָרה גְּדוֹלָה, אויבּ זיי וועלן נישט תּשוּבה טאָן אויף זייערע מַעשׂים. 23 און איך וועל שלאָגן אירע יְלָדים מיט דעם מָוֶת. און אַלע בְּרִית חֲדָשָה קהִילות וועלן וויסן, אַז איך בּין דער, וואָס פאָרשט כליות ולב; און איך וועל געבּן יעדן איינעם פוּן אייך לויט אייערע מַעשׂים. 24 איך אָבּער זאָג אייך, די איבּעריקע אין תִּיאָטִירָה, צוּ יענע, וואָס האָבּן נישט די דאָזיקע לערנוּנג, וואָס קענען נישט די טיפקייטן פוּן הָשָטן -- ווי זיי זאָגן -- איך לייג אויף אייך נישט אַרויף קיין שוּם אַנדערע מַשׂא. 25 דאָך דאָס, וואָס איר האָט, האַלט פעסט בּיז איך קוּם. 26 און דער, וואָס איז מנַצֵחַ און דער, וואָס איז שומר איבּער מיינע מעשים בּיז צוּם סוֹף, אים וועל איך געבּן שלִיטה איבּער די גוֹיים. 27 און ער וועט הערשן איבּער זיי מיט אַ רוּט פוּן אייזן, ווי די כֵּלים פוּן דעם טעפּער ווערן צעבּראָכן אויף פּיצלעך, אַזוֹיווי איך האָבּ אויך מקַבּל געווען פוּן מיין אלוקים הָאָב [זען תהלים 2:9]; 28 און איך וועל אים געבּן דעם מאָרגנשטערן. דער, וואָס האָט אַן אויער, זאָל הערן, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש טוּט זאָגן צוּ די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |