Orthodox Hasidic Yiddish Bible התג' התג'1 א די הִתגַלות פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וואָס ה' האָט אים געגעבּן צוּ ווייזן זיינע עבדים, זאַכן וואָס דאַרפן בּקָרוב געשען; און ער האָט געשיקט און זיי מוֹדִיע געווען דוּרך זיין מַלאך צוּ זיין עֶבֶד יוֹחָנָן [זען יוחנן 21:25-1:1; יוחא 5:21-1:1; יוחב 13-1:1; יוחג 15-1:1], 2 וואָס האָט עֵדות געזאָגט פוּנוועגן דעם דָּבָר ה', און פוּנוועגן דעם עֵדות פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און פוּנוועגן אַלצדינג, וואָס ער האָט געזען. 3 אַשְרֵי איז דעם, וואָס לייענט, און די, וואָס הערן די רייד פוּן דער נבוּאה, און איז שומר איבּער, וואָס איז דערין געשריבּן; מחמת די צייט האָט גענעענט. 4 יוֹחָנָן צוּ די 7 [משיחס בְּרִית חֲדָשָה] קהִילות, וואָס זענען אין אַסְיָה קליין : חֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום ה' פוּן אים, וואָס איז, און וואָס איז געווען, און וואָס דראַף קוּמען; און פוּן די 7 גייסטער [זען ישעיהו 11:2; זכריה 3:9; 4:10], וואָס זענען פאַר זיין כִּיסא-הַכָּבוֹד, 5 און פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דעם עֵד הַנֶּאֱמָן, דעם בּכוֹר פוּן די מֵתים, און דעם עֶלְיוֹן למלכי הארץ. צוּ אים, וואָס האָט אוּנדז ליבּ און האָט אוּנדז אויסגעלייזט פוּן אוּנדזערע עבירות דוּרך זיין דָּם, 6 און האָט אוּנדז געמאַכט פאַר אַ מלוּכה, פאַר כֹּהַנים צוּ זיין אלוקים און אלוקים הָאָב. צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאַכט לעוֹלמי עוֹלמים. אמן. 7 זע, ער קוּמט מיט די וואָלקנס [זען דניאל 7:13]. און יעטוועדעס אויג וועט אים זען, און די, וואָס האָבּן אים דוּרכגעשאָכן [זען זכריה 12:10]; און אַלע מִשפָּחות פוּן דער ערד וועלן קלאָגן איבּער אים. אָמֵן וְאָמֵן. 8 איך בּין די אַלֶף און די תָּו, זאָגט ה' אֲדֹנָי, וואָס איז און וואָס איז געווען און וואָס דאָרף קוּמען, א-ל שַדַּי. 9 איך, יוֹחָנָן [זען יוחנן 21:25-1:1; יוחא 5:21-1:1; יוחב 13-1:1; יוחג 15-1:1], אייער אָח במשיח און חַבר מיט אייך אין דעם קוּמער און מַלכות און געדוּלד אין יהושע/ישוע, בּין געווען אויף דעם אינזל, וואָס ווערט אָנגערוּפן פַּטְמוֹס, צוליבּ דעם דָּבָר ה' און דעם עֵדות פוּן יהושע/ישוע. 10 איך בּין געווען אין דעם רוּחַ הקודש אין דעם יוֹם הָאָדוֹן, און איך האָבּ געהערט הינטער מיר אַ הויך קוֹל ווי פוּן אַ שוֹפר, 11 אַזוי צוּ זאָגן : וואָס דוּ זעסט, פאַרשרייבּ אין אַ סֵפר, און שיק עס צוּ די 7 [בְּרִית חֲדָשָה] קהִילות : קיין אֶפֶסוֹס, און קיין זְמִירְנָה, און קיין פֶּרְגָּמוֹס, און קיין תִּיאָטִירָה, און קיין סַרְדִּיס, און קיין פילָדֶלְפִיָה, און קיין לָאוֹדִיקֵאָה. 12 און איך האָבּ מיך אויסגעדרייט צוּ זען דאָס קוֹל, וואָס האָט מיט מיר גערעדט. און ווי איך האָבּ מיך אויסגעדרייט, האָבּ איך געזען 7 מנוֹרות זָהָב, 13 און אין דער מיט פוּן די מנוֹרות - איינעם גלייך ווי אָ בַּר-אֱנָש [דניאל 7:13], בּאַקליידט מיט אַ מַלבּוש אַראָפּצוּ בּיז די רגלים, און אַרוּמגעגאַרטלט בּיי דער חֲזֵה מיט אַ גאַרטל זָהָב. 14 און זיין קאָפּ און זיינע האָר זענען געווען ווייס ווי ווייסע וואָל, ווי שניי, און זיינע אויגן זענען געווען ווי אַ פלאַם פוּן אֵש, 15 און זיינע רגלים גלייך ווי פּאָלירט מעש, ווען סע גליִט אין אוֹיוון, און זיין קוֹל ווי דאָס קוֹל פוּן אַ סַך וואַסערן. 16 און ער האָט געהאַט אין זיין רעכטער האַנט 7 שטערן; און פוּן זיין מויל איז אַרויסגעגאַנגען אַ שאַרפע צוויי-שנייַדיקע חֶרֶב; און זיין פָּנים איז געווען ווי די שֶמֶש, ווען זי שיינט אין איר מאַכט. 17 און ווען איך האָבּ אים געזען, בּין איך געפאַלן צוּ זיינע רגלים ווי אַ מת. און ער האָט אַרויפגעלייגט אויף מיר זיין רעכטע האָנט, און געזאָגט: האָבּ נישט קיין מוֹרא; אני הרִאשון והאחרון והחי. 18 און דער לעבּעריקער; איך בּין געווען טויט, און זע, איך בּין לעבּעדיק לעוֹלמי-עוֹלמים, און האָבּ די מַפְתְּחות פוּן מָוֶת און פוּן שאוֹל-תַּחתַּיה. 19 שרייבּ דערפאר וואָס דוּ האָסט געזען, און וואָס איז פאַראַן, און וואָס סע וועט שפּעטער געשען. 20 דעם סוֹד פוּן די 7 שטערן, וואָס דוּ האָסט געזען אין מיין רעכטער האַנט, און די 7 מנוֹרות זָהָב: די 7 שטערן זענען די מַלאָכים פוּן די 7 [בְּרִית חֲדָשָה] קהִילות, און די 7 מנוֹרות זענען די 7 [בְּרִית חֲדָשָה] קהִילות. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |