Jude 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יהוּדה

יהוּדה1

א יהוּדה, אַן עֶבֶד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און אַן אָח יַעקֹבן [זען מתי 13:55; מהש 1:14; 12:17; 21-15:13; 21:21; גלט' 2:12; מהש 15:24; גלט' 10-2:9; יוחנן 7:5; קורא 9:7; 7-15:5], צוּ די קרואים, בּאליבּטע אין ה' דעם אלוקים הָאָב, און שמוּרים פאַר רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 2 רַחמים ה' צוּ אייך און שָלום ה' און אַהֲבַה ה' זאָלן זיין געמערט. 3 טייַער חברים, בּשַעת איך האָבּ מיר פירגענוּמען מיט גאַנצער פלייַסיקייט אייך צוּ שרייבּן פוּן אוּנדזער געמיינזאַמער ישוּעת [אלוקינו], האָבּ איך עס געהאַלטן פאַר נייטיק אייך צוּ שרייבּן און אייך דערמאָנען, אַז איר זאָלט נֶאֱבַק פאַר דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, וואָס איז איין מאָל פאַר אַלעמאָל איבּערגעענטפערט געוואָרן צוּ די קדוֹשִים [מסֹרֶת הזקנים פון עדת בני ישראל פון דֶרֶך ה' פון ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנָה, זען מהש 25-21:20]. 4 מחמת סע האָבּן זיך צוּ אייך אַרייַנגעשאַרט עטלעכע מענשטן, וואָס זענען פוּן לאַנג פאַרויס פאַרשריבּן געוואָרן צוּ דעם דאָזיקן משפּט פּסַק: רשָעים, וואָס פאַרבּייַטן דעם חֶסֶד פוּן אלוקינו אין פאַרשייַטקייט, און פאַרלייקענען אוּנדזער איינציקן מוֹשל און אָדוֹן, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 5 איצט וויל איך אייך אָבּער דערמאָנען, הַגַם איר ווייסט אַלצדינג שוֹין פוּן פריער, אַז ה', ווען ער האָט מַציל געווען הָעָם פוּן דעם אֶרֶץ מִצרַיִם, האָט ער דאַן פאַרטיליקט די, וואָס האָבּן נישט געגלויבּט. 6 און מַלאָכים, וואָס האָבּן נישט געהיט זייער אייגענע מֶמשָלה, נייערט האָבּן פאַרלאָזט זייער אייגן וואוינאָרט, האָט ער געהאַלטן אוּנטער חֹשֶךְ אין אייבּיקע קייטן פאַר דעם מִשפּט פוּן דעם גרויסן יוֹם. 7 ווי סדוֹם און עַמוֹרה און די שטעט אַרוּם זיי, וואָס האָבּן אויף אַן ענלעכן אוֹפן ווי די דאָזיקע זיך איבּערגעגעבּן צוּ זנוּת און זענען געגאַנגען נאָך פרעמדן פלייש [זען בראשית 9-19:4; ויקרא 18:22; 20:13; רומ' 27-1:24; קורא 10-6:9], זענען אַרויסגעשטעלט געוואָרן ווי אַ בּיישפּיל, ווען זיי ליידן שטראָף פוּן אֵש עוֹלָם. 8 אויף אַן ענלעכן אוֹפן זענען אויך די דאָזיקע בַּעלי-חַלוֹמות מטַמא דאָס פלייש, און זענען מבַטל הערשאַפטן און לעסטערן שׂרָרות. 9 דער שר-הַמַלאָך מִיכָאֵל אָבּער, ווען ער האָט זיך געקריגט מיט הָשָׂטן, און זיך מִתווַכֵּחַ געווען פוּנוועגן דעם גּוּפָה פוּן מֹשה [רבינו], האָט ער זיך נישט דערוועגט אַרויסצוּבּרענגען קעגן אים אַ לעסטערנדיקן מִשפּט, נייערט האָט געזאָגט: יִגְעַר ה' בְּךָ. 10 די דאָזיקע אָבּער לעסטערן דאָס, וואָס זיי קענען נישט, און וואָס זיי פאַרשטייען בּטֶבע ווי נאַרישע בּהֵמות, מיט דעם פאַרדאַרבּן זיי זיך. 11 אוֹי צוּ זיי! מחמת זיי זענען געגאַנגען אין דעם דֶּרֶךְ קַיִנען, און זענען געלאָפן פאַרשייַט צוּליבּ געצאָלטס אין דעם טָעות בִּלעָמען, און זענען אוּמגעקוּמען אין דער ווידערשפּעניקייט פוּן קוֹרַחן. 12 דאָס זענען די, וואָס זענען פאַרבּאָרגענע פעלזן אויף אייערע סעוּדות הָאַהֲבָה, ווען זיי עסן מיט אייך, וואָס פיטערן זיך אַליין אָן יראת-הכבוד; וואָלקנס אָן מים, אַרוּמגעטריבּן פוּן ווינטן; האַרבּסט-בּיימער אָן פֵירות, 2 מאָל געשטאָרבּענע, אויסגעריסענע מיט די וואָרצלען; 13 ווילדע יַם-כוואַליעס, וואָס שוימען אויס זייער אייגענע חַרפּה; וואַנדערנדיקע שטערן, פאַר וועמען די שטאָק-חֹשֶךְ איז אוֹיפבּאַוואַרט געוואָרן לעוֹלם. 14 און אויף די דאָזיקע האָט אויך חַנוֹך, דער 7טער פוּן אָדָם, נבִיאות געזאָגט, אַזוי צוּ זאָגן: הנה, ה' בָּא בּרבבוֹת קדושָיו, 15 אויסצוּפירן אַ מִשפּט איבּער אַלע, און צוּ בּאַשטראָפן אַלע רשָעים פוּנוועגן אַלע זייערע מַעשׂים פוּן רִשעות, וואָס זיי האָבּן רִשעוּתדיק געטאָן, און פוּנוועגן אַלע האַרטע רייד, וואָס חוֹטְאִים רשָעים האָבּן גערעדט קעגן אים. 16 דאָס זענען מוּרמלערס, וואָס בּאַקלאָגן זיך, וואָס גייען נאָך זייערע תּאוות, און זייער מויל רעדט אויפגעבּלאָזענע רייד, און זענען נוֹשׂא-פָּנים פוּן געווינס וועגן. 17 איר אָבּער, טייַער חברים, געדענקט די רייד, וואָס זענען פריער גערעדט געוואָרן דוּרך די שלִיחים פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 18 מחמת זיי האָבּן אייך געזאָגט : בּאחרית הימים יבואוּ לצים ההולכים אחר תּאוותיהם המרושעות. 19 דאָס זענען די, וואָס מאַכן אָפּשייֵדוּנגען, גַשמִיותדיקע, וואָס האָבּן נישט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 20 איר אָבּער, טייַער חברים, בּויט אייך אויף אין אייער הייליקסטער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, זייט דאווענען אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען מהש 2:4; 46-10:44]; האַלט אייך אין דער אַהֲבַת ה', און וואַרט אויף דער רחמָנות פוּן אֲדֹנֵינוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר חיי עוֹלם. 22 און אויף עטלעכע, וואָס זענען אין סָפק, האָט רחמָנות; 23 און עטלעכע זייט מַציל, רייסט זיי אַרויס פוּן דעם אֵש; און אויף עטלעכע האָט רחמָנות מיט מוֹרא, און מִיאוסט אייך אויך פאַר דעם געוואַנט, וואָס איז בּאַפלעקט פוּן דעם פלייש. 24 און צוּ דעם, וואָס איז בִּיכוֹלת אייך אָפּצוּהיטן פוּן מכשול, און אייך צוּ שטעלן אָן אַ מוּם פאַר דעם פָּנים פוּן זיין כבוד מיט שָׂשׂוֹן רָב, 25 צוּ דעם איינציקן אלוקים אחד, גוֹאֲלֵנוּ, דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ, זאָל זיין כָּבוד, גדוּלה, מֶמשָלה און גבוּרה פאַר אַלע צייטן, איצט און לעוֹלם וְעד. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
3 John 1
Top of Page
Top of Page