3 John 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחג
יוחג 1


א דער זָקן צוּ גָּיוֹס, דעם בּאַליבּטן, וועמען איך האָבּ בּאֶמָת ליבּ. 2 חברים, איך בּין דאווענען , אַז דוּ זאָלסט אין אַלצדינג מַצלִיחַ זיין און זיין געזוּנט, אַזוֹיווי דיין נשָמה טוּט מַצלִיחַ זיין. 3 מחמת איך האָבּ מיך זייער געפרייט, ווען סע זענען געקוּמען אַחִים במשיח און האָבּן עֵדות געזאָגט אויף דיין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמֶת, אַזוֹיווי דוּ לעבּסט אין דעם אֶמת. 4 קיין גרעסערע שִׂמְחָה ווי די דאָזיקע האָבּ איך נישט, צוּ הערן פוּן מיינע קינדערלעך, אַז זיי לעבּן אין דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 5 חברים, דוּ טוּסט אַ געטרייע ארבּעט מיט דעם, וואָס דוּ טוּסט פאַר די אַחִים במשיח, און בִּכלַל פאַר פרעמדע, 6 וואָס זאָגן עֵדות אויף דיין אַהֲבַה פאַר דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה. דוּ וועסט טאָן רעכט, זיי וויטער צוּ שיקן אויף זייער נסִיעה, ווי עס איז רָאוּי פאַר ה'. 7 מחמת פוּן זיין נאָמען וועגן זענען זיי אַרויסגעגאַנגען, און האָבּן גאָרנישט גענוּמען פוּן די שייגעץ. 8 מיר דאַרפן דערפאר מקַבּל זיין אַזוינע, כּדי מיר זאָלן זיין מיטאַרבּעטער פאַר דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 9 איך האָבּ עפּעס געשריבּן צוּ דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה; דיִאָטרעפעס אָבּער, וואָס האָט ליבּ צוּ זיין אַ רֹאש צווישן זיי, נעמט אוּנדז נישט אוֹיף. 10 על-כּן, אויבּ איך וועל קוּמען, וועל איך דערמאָנען זיינע מַעשׂים, וואָס ער טוּט, ווען ער רייסט אונדז אַראָפּ מיט לָשוֹן הָרָע. און ווי דאָס וואָלט נישט געווען גענוּג, נעמט ער אויך נישט אוֹיף די אַחִים במשיח, און יענע, וואָס ווילן עס טאָן, טוּט ער פאַרווערן און זיי אַרויסוואַרפן פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה. 11 חברים, טוּ נישט נאָך דאָס שלעכטע, נייערט דאָס גוּטע. דער, וואָס טוּט גוּטס, איז פוּן ה' ; דער, וואָס טוּט רַע, האָט נישט געזען ה'. 12 דֶמֶטְרִיוֹס האָט דאָס עֵדות פוּן אַלעמען, און פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת אַליין; און אויך מיר זאָגן אֵדות, און דוּ ווייסט, אַז אוּנדזער עֵדות איז אֶמת. 13 איך האַבּ געהאַט אַ סך זאַכן דיר צוּ שרייבּן, נאָר איך וויל זיי נישט שרייבּן מיט טינט און פעדער; 14 איך האָף אָבּער בּאַלד דיך צוּ זען, און מיר וועלן רעדן פָּנים-אֶל-פָּנים. 15 שָלום-עליכם. די חברים גריסן דיך. גריס די חברים בּיים נאָמען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 John 1
Top of Page
Top of Page