2 John 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחב

יוחב1

א דער זָקן [זען שמות 3:16] צוּ הגבירה הבּחירה און אירע יְלָדים, וועלכע איך האָבּ בּאמת ליבּ; און נישט בּלויז איך אליין, נאָר אויך אַלע, וואָס האָבּן דערקענט דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת; 2 צוליבּ דעם אֶמת, וואָס פאַרבּלייַבּט אין אוּנדז, און וועט זיין מיט אוּנדז לעוֹלם: 3 חֶסֶד ה', רַחמים ה', און שָלום ה' זאָלן זיין מיט אוּנדז פוּן אלוקים האב, און פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דעם [זוּן פוּן דער אויבּערשטער] זוּן פוּן אלוקים הָאָב, אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמֶת און אין [ארטאדאקסיש יידיש] אַהֲבַת. 4 איך האָבּ שמחה הגדולה, אַז איך האָבּ געפוּנען אייניקע פוּן דיינע יְלָדים אין דעם הליכה בדרך אֶמת, לויט ווי מיר האָבּן מקַבּל געווען אַ מצוה פוּן אלוקים הָאָב. 5 און איצט בּעט איך דיך, הגבירה, נישט ווי איך וואָלט דיר געשריבּן אַ מצוה חדשה, נייערט דאָס, וואָס מיר האָבּן געהאַט פוּן אָנהייבּ אָן, אַז מיר זאָלן ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 6 און דאָס דאָזיקע איז [ארטאדאקסיש יידיש] אַהֲבַה, אַז מיר זאָלן לעבּן לויט זיינע מצווֹת. דאָס דאָזיקע איז די מצוה, ווי איר האָט געהערט פוּן אָנהייבּ אָן, אַז איר זאָלט גיין דעם הליכה בדרך דערין. 7 ווייל אַ סך פאַרפירערס זענען אַרויסגעגאַנגען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, וועלכע זענען נישט מוֹדה, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז געקוּמען אין דעם פלייש [זען ישעיהו 7:14]. דאָס איז דער פאַרפירער און דער אנטי-משיח. 8 זיין שומר איבּער זיך אליין, כּדי איר זאָלט נישט פאַרלירן דאָס, אויף וואָס מיר האָבּן זיך געמיִט, נאָר אַז איר נעמט אָפּ אַ פוּלן שׂכַר. 9 יעדער איינער, וועלכער איז עובר און פאַרבּלייַבּט נישט אין דער תּוֹרַת-המשיח, האָט נישט ה'; ווער סע פאַרבּלייבּט אין דער תּוֹרת-המשיח, דער דאָזיקער האָט סיי אלוקים הָאָב און סיי [דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער] דאם אלוקים הַבֵּן. 10 אויבּ עמיצער קוּמט צוּ אייך און בּרענגט נישט די דאָזיקע [ארטאדאקסיש יידיש] תּוֹרה, זאָלט איר אים נישט אויפנעמען אין אייער שטיבל, און אים נישט אָפּגעבּן קיין שָלום; 11 וואָרעם ווער עס גיט אים אָפּ שלום, דער האָט אַ חֵלֶק אין זיינע מַעשׂים רָעִים. 12 האָבּנדיק אַ סך צו שרייבּן צו אייך, האָבּ איך עס אָבּער נישט געוואָלט טאָן מיט קְלָף און טינט; נאָר איך האָף צוּ קוּמען צוּ אייך, און צוּ רעדן פָּנים-אֶל-פָּנים, כּדי אוּנדזער שִׂמְחָה זאָל זיין פוּל. 13 די יְלָדים פוּן דיין אָחוֹת הבּחירה זאָגן דיר שלום-עליכם.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 John 5
Top of Page
Top of Page