Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחא5 ה יעדער איינער, וועלכער גלייבּט, אַז יהושע/ישוע איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ, איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה'; און יעדער איינער וועלכער האָט ליבּ אלוקים הָאָב האָט אויך ליבּ דעם, וואָס איז פוּן אים געבּוירן געוואָרן. 2 אין דעם דאָזיקן דערקענען מיר, אַז מיר האָבּן ליבּ די יְלָדים פוּן ה' : ווען מיר האָבּן ליבּ ה' און זענען מקַיים זיינע מצווֹת. 3 וואָרעם דאָס איז די אַהֲבַה צוּ ה': אַז מיר זאָלט זיין שומר מצווֹת; און זיינע מצווֹת זענען נישט שווער. 4 ווייל אַלץ, וואָס איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה', איז מנַצֵחַ די עוֹלם הַזֶּה; און דאָס דאָזיקע איז דער נצָחון, וואָס האָט מנַצֵחַ די עוֹלם הַזֶּה : אוּנדזער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 5 און ווער איז דער, וועלכער איז מנַצֵחַ די עוֹלם הַזֶּה, אויבּ נישט דער, וואָס גלויבּט, אַז יהושע/ישוע איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער? 6 דאָס איז דער, וועלכער איז געקוּמען דוּרך מַיִם און דָּם, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; נישט מיט דעם מַיִם אַליין, נאָר מיט דעם מַיִם און מיט דעם דָּם [זען יוחא 2:2; 4:2; 1:7]. 7 און סע איז דער רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס זאָגט עֵדות, ווייל דער רוּחַ הַקוֹדֶש איז דער אֶמת. 8 ווייל עס זענען 3, וועלכע זאָגן עֵדות: דער רוּחַ הַקוֹדֶש, און דאָס מַיִם, און דאָס דָּם [יוח' 19:34]; און די 3 זענען אחד. 9 אויבּ מיר זענען מקַבּל דאָס עֵדות פוּן בּני אדם, איז דאָס עֵדות פוּן ה' גרעסער; ווייל דאָס דאָזיקע איז דאָס עֵדות-זאָגן פוּן ה', אַז ער האָט עֵדות געזאָגט פוּנוועגן זיין זוּן פוּן דער אויבּערשטער. 10 דער, וואָס גלויבּט אין דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער, האָט דאָס עֵדות אין זיך אליין; דער, וואָס גלריבּט נישט ה', האָט אים געמאַכט פאַר אַ ליגנען, ווייל ער האָט נישט געגלויבּט אין דעם עֵדות, וואָס ה' האָט עדות-געזאָגט פוּנוועגן זיין זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער]. 11 און דאָס דאָזיקע איז דאָס עֵדות: אַז ה' האָט אוּנדז געגעבּן חיי עוֹלם, און דאָס דאָזיקע חַיים [היי עולם] איז אין זיין זוּן [זוּן פון דער אויבּערשטער]; דער, וואָס האָט דעם זוּן [דעם זוּן פון דער אויבּערשטער], האָט דאָס חַיים [חיי עולם]; 12 דער, וואָס האָט נישט דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער, האָט נישט דאָס חַיים [חיי עולם]. 13 די דאָזיקע האָבּ איך אייך געשריבּן, כּדי איר זאָלט וויסן, אַז איר האָט חיי עולם; איר, וועלכע גלויבּט אין דעם נאָמען [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] פוּן דעם זוּן פון דער אויבּערשטער. 14 און דאָס איז דער בּטָחון, וואָס מיר האָבּן צוּ אים: אַז אויבּ מיר בּעטן דאַווענענדיק עפּעס לויט זיין רָצון, הערט ער אוּנדז. 15 און אויבּ מיר ווייסן, אַז ער הערט אוּנדז, וועגן וואָס מיר בּעטן, ווייסן מיר, אַז מיר האָבּן די בַּקָשות, וועלכע מיר האָבּן געבּעטן פון אים. 16 אויבּ עמיצער זעט זיין אָח במשיח זינדיקן אַ חטא, וואָס איז נישט צוּם מָוֶת, זאָל ער בּעטן פאַר זיינעטוועגן, און ה' וועט אים געבּן חַיים פאַר די, וועלכע זינדיקן נישט צוּם מָוֶת. עס איז פאַראַן אַ זינד, וואָס איז צוּם מָוֶת; נישט פאַר יענער זאָג איך, אַז ער זאָל בּעטן. 17 יעדע עוולה איז א חטא; און עס איז פאַראַן אַ זינד נישט צוּם מָוֶת. 18 מיר ווייסן, אַז יעדער איינער וועלכער איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה', זינדיקט נישט; נאָר דער, וואָס איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה', היט זיך אָפּ, און הַשָׂטָן רירט אים נישט אָן. 19 מיר ווייסן, אַז מיר זענען פוּן ה', און די גאַנצע וועלט ליגט אין דער מאַכט פוּן הַשָׂטָן. 20 און מיר ווייסן, אַז דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער איז געקוּמען, און האָט אוּנדז געגעבּן בִּינָה, אַז מיר זאָלן קענען אים, וואָס איז הָאֲמִתִּי; און מיר זענען אין אים, וואָס איז הָאֲמִתִּי, אין זיין זוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. דער דאָזיקער איז דער אלוקים הָאֲמִתִּי, און דאָס חַיי עוֹלם. 21 קינדערלעך, היט אייך פוּן אֱלִילִים. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |