Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחא4 ד אֲהוּבַי, גלויבּט נישט יעדן גייסט [זען מלא 22:21], נאָר פּרובּירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פוּן ה'; ווייל אַ סך נבִיאֵי שֶקֶר זענען אַרויסגעגאַנגען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין. 2 אין דעם דאָזיקן דערקענט איר דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה': יעדער גייסט, וואָס איז מוֹדה, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז געקוּמען אין דעם פלייש [זען ישעיהו 7:14; זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], איז פוּן ה'; 3 און יעדער גייסט, וואָס איז נישט מוֹדה אין יהושע/ישוע, איז נישט פוּן ה'. און דאָס איז דער גייסט פוּן דעם אנטי-משיח, וואָס איר האָט געהערט, אַז ער קוּמט; און איצט איז ער שוין אין דער עוֹלם הַזֶּה. 4 איר זענט פוּן ה', קינדערלעך מיינע, און איר האָט זיי בּייַגעקוּמען; ווייל דער [ה'], וואָס איז אין אייך, איז גרעסער ווי דער [הַשָׂטָן], וועלכער איז אין דער עוֹלם הַזֶּה. 5 זיי [זען יוחא 2:9] זענען פוּן דער עוֹלם הַזֶּה; דערפאר רעדן זיי פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, און די עוֹלם הַזֶּה הערט זיי. 6 מיר [זען יוחא 4-1:1] זענען פוּן ה'; דער, וואָס קען ה', הערט אונדז [זען יוחא 4-1:1]; דער, וואָס איז נישט פוּן ה', הערט אוּנדז [זען יוחא 4-1:1] נישט. אין דעם דאָזיקן דערקענען מיר דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת און דעם גייסט פוּן טָעות. 7 אֲהוּבַי, לאָמיר ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן; ווייל אַהֲבַה איז פוּן ה', און יעדער איינער, וועלכער האָט ליבּ, איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה', און קען ה'. 8 דער, וואָס האָט נישט ליבּ, קען נישט ה'; ווייל ה' איז אַהֲבָה. 9 אין דעם דאָזיקן איז די אַהֲבַה פוּן ה' אַנטפּלעקט געוואָרן צו אוּנדז: אַז ה' האָט געשיקט זיין בֶּן-יָחִיד אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, כּדי מיר זאָלן דוּרך אים האָבּן חַיים [זען יוחנן 3:16]. 10 אין דעם דאָזיקן בּאַשטייט די אַהֲבַה : נישט אַז מיר האָבּן ליבּ געהאַט ה', נאָר אַז ה' האָט אוּנדז ליבּ געהאַט, און האָט געשיקט זיין זוּן פוּן דער אויבּערשטער אַלס אַ קרבּן כַּפָּרָה [זען ישעיהו 53:10] פאַר אוּנדזערע עבירות. 11 אֲהוּבַי, אויבּ ה' האָט אוּנדז אַזוי ליבּ געהאַט, זענען מיר אויך מחויב ליבּ צו האָבּן איינער דעם אַנדערן. 12 קיינער האָט קיינמאָל נישט געזען ה'; אויבּ מיר האָבּן ליבּ איינער דעם אַנדערן, פאַרבּלייַבּט ה' אין אוּנדז, און זיין אַהֲבַה ווערט שלֵימוּתדיק אין אוּנדז. 13 אין דעם דאָזיקן ווייסן מיר, אַז מיר בּלייבּן אין ה', און ה' אין אוּנדז, ווייל ער האָט אוּנדז געגעבּן פוּן זיין רוּחַ הַקוֹדֶש. 14 און מיר האָבּן געזען און זאָגן עֵידות, אַז דער אלוקים הָאָב האָט געשיקט דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער צוּ זיין דער גוֹאֵל הַעוֹלָם [זען יוחא 4-1:1; רות 4:7]. 15 דער, וואָס וועט מוֹדה זיין, אַז יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער, ה' פאַרבּלייַבּט אין אים, און ער אין ה'. 16 און מיר האָבּן דערקענט און געגלויבּט אין דער אַהֲבַה, וואָס ה' האָט פאַר אוּנדז. ה' איז אַהֲבָה. און דער, וואָס בּלייַבּט אין דער אַהֲבַה, פאַרבּלייַבּט אין ה'; און ה' פארבּלייַט אין אים. 17 אין דעם דאָזיקן איז די אַהֲבַה אין אוּנדז געמאַכט געוואָרן שלֵימוּתדיק, כּדי מיר זאָלן האָבּן בּטָחון אין דעם יום-הַדין; ווייל ווי ער [רבי מלך המשיח] איז, אַזוי זענען מיר אין דער עוֹלם הַזֶּה. 18 עס איז נישטאָ קיין פַּחד אין דער אַהֲבַה; נאָר שלֵימוּתדיקע אַהֲבַה טרייַבּט אַרויס דעם פַּחד; ווייל פַּחד האָט צו טאָן מיט עונש; און דער, וועלכער האָט פחד, איז נישט געוואָרן שלֵימוּתדיק אין דער אַהֲבַה. 19 מיר האָבּן ליבּ, מחמת ער האָט אוּנדז קוֹדם ליבּ געהאַט. 20 אויבּ עמיצער זאָגט : איך האָבּ ליבּ ה', און האָט פיינט זיין אָח במשיח, איז ער אַ ליגנען; וואָרעם דער, וואָס האָט נישט ליבּ זיין אָח במשיח, וועמען ער האָט געזען, קען נישט ליבּ האָבּן ה', וועמען ער האָט נישט געזען. 21 און די דאָזיקע מִצְוָה האָבּן מיר פוּן אים, אַז דער, וואָס האָט ליבּ ה', זאָל אויך ליבּ האָבּן זיין אָח במשיח . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |