1 John 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחא3

ג זעט מיט וואָס פאַר אַ מִין אַהֲבַה דער אלוקים הָאָב האָט אוּנדז מזַכּה געווענן, אַז מיר זאַלן גערוּפן ווערן יְלָדים פוּן ה' [זען זֶרַע ישעיהו 53:10]; און אַזוינע זענען מיר טאַקע. פוּנוועגן דער דאָזיקער סִיבּה קענט אוּנדז די עוֹלם הַזֶּה נישט, ווייל די עוֹלם הַזֶּה האָט אים נישט געקענט [זען יוחנן 18:38]. 2 אֲהוּבַי, איצט זענען מיר יְלָדים פוּן ה' [זען זֶרַע ישעיהו 53:10]; און עס איז נאָך נישט אַנטפּלעקט געוואָרן וואָס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן, אַז ווען ער יִתְגַּלֶּה, וועלן מיר זיין גלייך ווי ער; ווייל מיר וועלן אים זען אַזוֹיווי ער איז. 3 און יעדער איינער, וועלכער האָט די דאָזיקע [ארטאדאקסיש יידיש] תִּקְוָה אויף אים, מְטַהֵר זיך אַליין, ווי ער [דער זוּן פון דער אויבּערשטער] איז טָהוֹר [זען מתי 5:8]. 4 יעדער איינער, וועלכער טוּט זינדיקן, איז עוֹבר די תּוֹרה; און הַחֵטְא איז דאָס עוֹבר זיין אויף דער תּוֹרה. 5 און איר ווייסט, אַז יהושע/ישוע איז אָנטפּלעקט געוואָרן, כּדי ער זאָל אַוועקצוּנעמען חֲטָאֵינוּ [זען נָשָׂא ויקרא 16:22; ישעיהו 53:12]; און אין אים איז נישטאַ קיין חֵטְא [זען ישעיהו 53:9]. 6 יעדער איינער, וועלכער פאַרבּלייַבּט אין אים, זינדיקט נישט; ווער סע זינדיקט, דער האָט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט. 7 קינדערלעך, לאַז אייך קיינער נישט פאַרפירן; דער, וואָס טוּט צֶדֶק [זען דניאל 9:24], איז צַדִּיק, ווי ער איז צַדִּיק. 8 דער, וואָס בּאַגייט חֵטְא, איז פוּן הָשָׂטן; ווייל הָשָׂטן זינדיקט פוּן אָנהייבּ אָן. צוּליבּ דעם איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער אַנטפּלעקט געוואָרן, כּדי ער זאָל צעשטערן די מַעשׂים פוּן הָשָׂטן. 9 כָּל הַנּוֹלָד ה' [זען יוחא 2:29; 4:7; 5:1,4] בּאַגייט נישט קיין חֵטְא [זען תהלים 119:3], ווייל זיין זֶרַע [זֶרַע ה', זען מרק' 4:20] פאַרבּלייַבּט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן ווייל ער איז געבּוירן געוואָרן פוּן ה'. 10 אין דעם דאָזיקן ווערן אַנטפּלעקט די יְלָדים פוּן ה' און די יְלָדים פוּן הָשָׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוּט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פוּן ה', און אויך דער, וואָס האָט נישט ליבּט זיין אָח במשיח. 11 ווייל דאָס דאָזיקע איז שמעתנו [זען שמעתנו, ישעיהו 53:1], וועלכע איר האָט געהערט פוּן אָנהייבּ אָן: אַז מיר זאַלן ליבּ האַבּן איינער דעם אַנדערן; 12 נישט ווי קַיִן, וועלכער איז געווען פוּן דעם בּייזן [הַשָׂטָן], און האָט געהַרגעט זיין אָח [זען בּראשית 4:8]. און פאַרוואָס האָט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מַעשׂים זענען געווען רָעִים, נאָר מַעֲשֵׂי אָחִיו זענען געווען מַעֲשֵׂי צֶדֶק [זען דניאל 9:24]. 13 וואוּנדערט אייך נישט, אַחִים במשיח, אויבּ די עוֹלם הַזֶּה האָט אייך פיינט. 14 מיר ווייסן, אַז מיר זענען אַריבּערגעגאַנגען פוּן מָוֶת צוּם חַיים, מחמת מיר האַבּן ליבּ די אַחִים במשיח. דער, וואָס ליבּט נישט, פאַרבּלייַבּט אין מָוֶת. 15 יעדער איינער, וועלכער האָט פיינט זיין אָח במשיח, איז אַ רוֹצֵחַ; און איר ווייסט, אַז אַ רוֹצֵחַ האָט נישט קיין חֶלֶק אין חַיֵּי עוֹלָם [פון העוֹלָם הבָּא]. 16 אין דעם דאָזיקן האָבּן מיר דערקענט די אַהֲבַה: ווייל ער האָט אַנידערגעלייגט זיין נפש [זען נפש ישעיהו 53:10] פאַר אוּנדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחויב אנידערצולייגן אוּנדזער נפש פאַר די אַחִים במשיח. 17 ווער אָבּער סע האָט די גיִטער פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, און זעט זיין אָח במשיח אין נויט, און פאַרשליסט זיין לֵב קעגן אים, וויאַזוי זשע פאַרבּלייבּן אַהֲבַת ה' אין אים? 18 קינדערלעך, לאָמיר נישט ליבּ האַבּן אין דָּבָר, אויך נישט מיט דער צוּנג, נאָר אין מַעשׂים און אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 19 דורך דעם דאָזיקן וועלן מיר דערקענען, אַז מיר זענען פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, און וועלן לפני ה' פאַרזיכערן לְבָבֵנוּ, 20 אַז אויבּ לְבָבֵנוּ פאַרשולדיקט אוּנדז, איז ה' גרעסער ווי לְבָבֵנוּ און ווייסט אַלץ. 21 אֲהוּבַי, אויבּ לְבָבֵנוּ פאַרמִשפּט אוּנדז נישט, האָבּן מיר בּטָחון פאַר ה' [זען טימא 1:19]; 22 און וואָס מיר בּעטן [דאווענענדיק], דאָס בּאַקוּמען מיר פוּן אים, ווייל מיר זענען שומר איבּער זיינע מִצוות און טוּען דאָס, וואָס איז וואוילגעפעליק לפני ה'. 23 און דאָס איז זיינע מצוה, אַז מיר זאָלן גלויבּן אין דעם נאָמען [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] פוּן זיין זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער] רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן, ווי ער האָט אוּנדז געבּאָטן אַ מִצווה. 24 און דער וואָס איז שומר איבּער זיינע מִצוות, טוּט פאַרבּלייַבּן אין אים, און ער אין אים. און אין דעם דאָזיקן דערקענען מיר, אַז ער פאַרבּלייַבּט אין אוּנדז, דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וועלכן ער האָט אוּנדז געגעבּן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 John 2
Top of Page
Top of Page