1 John 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחא2

ב קינדערלעך מיינע, דאָס שרייבּ איך אייך, כּדי איר זאָלט נישט זינדיקן. און אויבּ עמיצער זינדיקט יאָ, האָבּן מיר אַ מֵליץ יושר בּיי דעם אלוקים הָאָב, רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דעם צַדיק [זען ישעיהו 53:11]; 2 און ער איז די קרבּן כַּפָּרָה פאַר אוּנדזערע עֲבֵרוֹת, און נישט נאָר פאַר אוּנדזערע אַליין, נאָר אויך פאַר דער כל עוֹלם הַזֶּה [זען ויקרא 5:15; ישעיהו 53:10]. 3 און דוּרך דעם ווייסן מיר, אַז מיר קענען אים, אויבּ מיר זענען שומר איבּער זיינע [משיחס] מִצוות. 4 דער, וואָס זאָגט : איך קען אים, און איז נישט שומר איבּער זיינע מִצוות, איז אַ ליגנער, און דער אֶמת ה' איז נישט אין אים. 5 ווער אָבּער איז שומר איבּער זיין דָּבָר, אין אים איז בּאמת די אַהֲבָת ה' דערפילט געוואָרן. דוּרך דעם ווייסן מיר, אַז מיר זענען אין אים: 6 דער, וואָס זאָגט, אַז ער בּלייבּט אין אים, דאַרף אויך אַליין לעבּן אַזוֹיווי ער [משיח] האָט געלעבּט. 7 אֲהוּבַי, נישט קיין מצוה חֲדָשָה שרייבּ איך אייך, נאָר אַ מצוה יְשָנָה, וואָס איר האָט געהאַט פוּן אָנהייבּ אָן; דאָס מצוה הַיְשָנָה איז דאָס דָּבָר ה', וואָס איר האָט געהערט. 8 ווידער שרייבּ איך אייך אָ מצוה חֲדָשָה, וואָס איז אֶמת אין אים און אין אייך; ווייל די חֹשֶךְ פאַרגייט, און דאָס אוֹר הָאֲמִתִּי טוּט שוֹין שיינען. 9 דער, וואָס זאָגט, ער איז אין דעם אוֹר, און האָט פיינט זיין אָח במשיח, איז נאָך אין דער חֹשֶךְ. 10 דער, וואָס האָט ליבּ זיין אָח במשיח, בּלייבּט אין דעם אוֹר, און קיין מכשול איז אין אים נישט פאַראַן. 11 דער אָבּער, וואָס האָט פיינט זיין אָח במשיח, איז אין דער חֹשֶךְ און גייט אין דער חֹשֶךְ, און ווייסט נישט וואוּהין ער גייט, ווייל די חֹשֶךְ האָט אים פאַרבּלענדט די אויגן. 12 איך שרייבּ צו אייך, קינדערלעך מיינע, ווייל אייערע עֲבֵרוֹת זענען אייך פאַרגעבּן געוואָרן צוליבּ זיין נאָמען [זען זיין נאָמען, זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 13 איך שרייבּ צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואָס איז פוּן אָנהייבּ אָן. איך שרייבּ צו אייך, בּחורים, ווייל איר האָט מנצח געווען דעם בּייזן (השטן). איך האָבּ געשריבּן צוּ אייך, יְלָדים, ווייל איר קענט דעם אלוקים הָאָב. 14 איך האָבּ געשריבּן צוּ אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואָס איז פוּן אָנהייבּ אָן. איך האָבּ געשריבּן צוּ אייך, בּחורים, ווייל איר זענט חֲזָקִים, און דאָס דָּבָר ה' בּלייבּט אין אייך, און איר האָט מנצח געווען דעם בּייזן (השטן). 15 האָט נישט ליבּ די עוֹלם הַזֶּה, אויך נישט די זאַכן, וואָס זענען אין דער עוֹלם הַזֶּה. אויבּ עמיצער האָט ליבּ די עוֹלם הַזֶּה, איז די אַהֲבָת אלוקים הָאָב נישט אין אים. 16 ווייל אלץ, וואָס איז אין דער עוֹלם הַזֶּה, די תַּאווה פוּן דעם פלייש, און די תַּאווה פוּן די אויגן, און די חשוב גַאווה פוּן גדולים אין שול לעבּן, איז נישט פוּן דעם אלוקים הָאָב, נאָר פוּן דער עוֹלם הַזֶּה. 17 און די עוֹלם הַזֶּה פאַרגייט, און די תַּאווה דערפון; ווער אָבּער עס טוּט דעם רָצרן ה', דער האָט אַ קיום לעוֹלם. 18 יְלָדים, עס איז די לעצטע שָעה; און ווי איר האָט געהערט, אַז דער צֹרֵר [אנטי-משיח] קוּמט, אַזוי זענען איצט פאַראַן אַ סך אנטי-משיחס [זען יוחא 4:1, אַ סך קעגנער פונם משיח, אַ סך מוֹרֵי שֶקֶר]. פוּן דעם ווייסן מיר, אַז ס'איז די לעצטע שָעה. 19 זיי [זען יוחא 4:1, זיי דאָ איז אנטי-משיחס, קעגנער פונם משיח, מוֹרֵי שֶקֶר] זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן אוּנדז, נאָר זיי זענען נישט געווען פוּן אוּנדז. ווייל אויבּ זיי וואָלטן געווען פוּן אוּנדז, וואָלטן זיי פאַרבּלייבּן מיט אוּנדז; נאָר זיי זענען אַרויסגעגאַנגען [פוּן משיחיסט בֵּית כְּנֶסֶת, זען יוחנן 13:30], כּדי זיי זאַלן ווערן אַנטפּלעקט, אַז זיי אַלע זענען נישט פוּן אוּנדז [ארטאדאקסיש יידיש חברותאשאַפט פון ישועת אלוקינו, זען יוחא 4-1:1]. 20 און איר האָט [פון הרוח הקודש] הַמְשִיחָה זאַלבּוּנג פוּן הקָדוֹש-בָּרוּך-הוּא, און איר האבּן דַּעַת פון אַלע [איך שרייבּ]. 21 און איך האַבּ אייך געשריבּן, נישט מחמת איר קענט נישט דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, נאָר מחמת איר קענט דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, און מחמת איר ווייסט אַז קיין שקר איז נישט פוּן דעם אֶמת. 22 ווער איז דער ליגנער, אויבּ נישט דער, וועלכער פאַרלייקנט [איז כופר בעיקר פון משיח], און פאַרלייקנט אַז יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ? דער דאָזיקער איז דער אנטי-משיח, וועלכער פאַרלייקנט דעם אלוקים הָאָב און דעם זוּן פון דער אויבּערשטער. 23 כּלָ הַכּוֹפֵר אין דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, אויך האלוקים הָאָב אֵין לוֹ [זען דניאל 14-7:13; ישעיהו 7:14]; דער, וואָס איז מוֹדה [מאכן הודאה] אין דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, האָט אויך דעם אלוקים הָאָב [זען דניאל 14-7:13; ישעיהו 7:14]. 24 זאָל דאָס, וואָס איר האָט געהערט פוּן אָנהייבּ אָן, פאַרבּלייַבּן אין אייך. אויבּ דאָס, וואָס איר האָט געהערט פוּן אָנהייבּ אָן, פאַרבּלייַבּט אין אייך, וועט איר אויך פאַרבּלייַבּן אין דעם זוּן פון דער אויבּערשטער און אין דעם אלוקים הָאָב. 25 און דאָס דאַזיקע איז די הַבטָחה, וועלכע ער האָט אוּנדז מַבטִיחַ געווען, דאָס חַיֵּי עוֹלָם. 26 דאָס האַבּ איך אייך געשריבּן וועגן די, וואָס פאַרפירן אייך. 27 אָבּער די [פון הרוח הקודש] הַמְשִיחָה זאַלבּוּנג, וואָס איר האָט מקַבּל געווען פוּן אים [ה'], פאַרבּלייַבּט אין אייך, און איר דאַרפט נישט, אַז עמיצער [פון מוֹרֵי שֶקֶר, זען יוחא 2:18] זאָל אייך לערנען; נייערט אַזוֹיווי זיין [פון הרוח הקודש] הַמְשִיחָה זאַלבּוּנג לערנט אייך פוּנוועגן אַלעם, און איז וואָרהאַפטיק און נישט קיין שקר, און אַזוֹיווי זי האָט אייך געלערנט, אַזוי זאָלט איר פאַרבּלייַבּט אין אים [זען ירמיהו (34)31:33]. 28 און איצט, קינדערלעך, פאַרבּלייַבּט אין אים, כּדי, ווען ער יִתְגַּלֶּה, זאַלן מיר האַבּן בּטָחון, און נישט פאַרשעמט ווערן פאַר אים בּיי זיין קוּמען [בִּיאַת הַמָשִיחַ]. 29 אויבּ איר ווייסט, אַז ער איז צַדִּיק, זאָלט איר וויסן, אַז אויך יעדער איינער, וואָס טוּט עוסק זיין אין צדקות איז געבּוירן פוּן אים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 John 1
Top of Page
Top of Page