1 John 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחא

יוחא1

א דאָס, וואָס איז געווען פוּן אַנהייבּ אָן, וואָס מיר [משיחס שליחים, זען מהש 26-1:21] האָבּן געהערט, וואָס מיר האָבּן געזען מיט אוּנדזערע אויגן, וואָס מיר האָבּן בּאַטראַכט און אוּנדזערע הענט האָבּן בּאַרירט, פוּנוועגן דעם מימרא [מימרא דיה', דָּבָר ה'] פוּן חַיים -- 2 און דאָס חַיים איז אַנטפּלעקט געוואָרן, און מיר האָבּן געזען, און זאָגן עֵדות, און זאָגן אייך אָן דאָס חַיֵּי הָעוֹלָמִים, וואָס איז געווען בּיי דעם אלוקים הָאָב, און איז צו אוּנדז אַנטפּלעקט געוואָרן -- 3 וואָס מיר האָבּן געזען און געהערט, דאָס זאָגן מיר אייך אָן, כּדי איר אויך זאָלט האָבּן חברותאשאַפט מיט אוּנדז [משיחס שליחים, זען מהש 26-1:21], און אוּנדזער חברותאשאַפט איז [דְּבֵקוּת] מיט דעם אלוקים הָאָב און מיט זיין זוּן פון דער אויבּערשטער רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 4 און דאָס שרייבּן מיר, כּדי אוּנדזער שִׂמְחָה זאָל ווערן פוּל. 5 און דאָס דאָזיקע איז שמעתנו [זען שמעתנו ישעיהו 53:1], וואָס מיר האָבּן געהערט פוּן אים און זאָגן אייך אָן, אַז ה' איז אוֹר, און קיין שום חֹשֶךְ איז אין אים בִּכלַל נישטאָ. 6 אויבּ מיר זאָגן, אַז מיר האָבּן חברותאשאַפט מיט אים, און גייען אין דער חֹשֶךְ, זאָגן מיר ליגן, און גייען נישט אין דער דֶרֶךְ אֶמת [ארטאדאקסיש יידיש אֶמת ה']. 7 אויבּ אָבּער מיר גייען אין דעם אוֹר, ווי ער איז אין דעם אוֹר, האָבּן מיר חברותאשאַפט איינער מיט דעם אַנדערן, און דאָס קרבּן כַּפָּרָה בּלוּט פוּן יהושע/ישוע דעם זוּן פון דער אויבּערשטער מְטַהֵר אוּנדז פוּן כל חֵטְא. 8 אויבּ מיר זאָגן, אַז מיר האָבּן נישט קיין חטא, בּאַטריגן מיר זיך אַליין, און דער אֶמת ה' איז נישט אין אוּנדז. 9 אויבּ מיר זענען זיך מִתווַדה אויף אוּנדזערע עֲבֵרוֹת, איז ער נֶאֱמָן און צַדִּיק לִסְלֹחַ לָנוּ עַל חֲטָאֵינוּ וּלְטַהֵר אוּנדז פוּן כל עַוְלָה [זען משלי 28:13]. 10 אויבּ מיר זאָגן, אַז מיר האָבּן נישט געזינדיקט, מאַכן מיר אים פאַר אַ ליגנער, און דָּבָר ה' איז נישט אין אוּנדז.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Peter 3
Top of Page
Top of Page