Revelation 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'10

י און איך האָבּ געזען אַן אַנדערן מַלאך רַב-כֹּחַ אַראָפּנידערן פוּן הימל, אָנגעטאָן מיט אַן עָנָן; און דער רעגנבּויגן איז געווען אויף זיין קאָפּ, און זיין פָּנים איז געווען ווי די שֶמֶש, און זיינע רגלים ווי זייַלן פוּן אֵש; 2 און ער האָט געהאַט אין זיין האַנט אַ קליין אָפן סֵפר. און ער האָט געשטעלט זיין רעכטן פוּס אויף דעם יַם, און זיין לינקן אויף דער ערד, 3 און ער האָט געשריגן מיט אַ קוֹל גדול, ווי סע בּרילט אַן אַרְיֵה. און ווען ער האָט געשריגן, האָבּן די 7 דוּנערן אַרויסגעלאָזן זייערע קוֹלות. 4 און ווען די 7 דוּנערן האָבּן אַרויסגעלאָזן זייערע קוֹלות, בּין איך געווען אָנגעבּרייט צוּ שרייבּן; און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל פוּן הימל זאָגן: פאַרחַתמע די זאַכן, וואָס די 7 דוּנערן האָבּן אַרויסגערעדט, און פאַרשרייבּ זיי נישט. 5 און דער מַלאך, וואָס איך האָבּ געזען שטיין אויף דעם יַם און אויף דער ערד, האָט אויפגעהויבּן זיין רעכטע האַנט צוּם הימל, 6 און האָט געשוואוירן בּיי דעם, וואָס לעבּט לעולמי עולמים, וואָס האָט בָּרָא דעם שָמַיִם און די זאַכן, וואָס זענען דרינען, און די ערד און די זאַכן, וואָס זענען דרינען, און דעם יַם און די זאַכן, וואָס זענען דרינען, אַז סע וועט מער נישט זיין קיין צייט, 7 נייערט אין די טעג פוּן דעם קוֹל פוּן דעם 7ער מַלאך, ווען ער וועט זיין אָנגעבּרייט צוּ בּלאָזן, יעמאָלט וועט פאַרענדיקט ווערן דער סוֹד פוּן ה', לויט ווי ער האָט אָנגעזאָגט צוּ זיינע עבדים, די נבִיאים. 8 און דאָס קוֹל, וואָס איך האַבּ געהערט פוּן שָמַיִם, האָט ווידער גערעדט מיט מיר, און געזאָגט: גיי, נעם דאָס סֵפר, וואָס איז אָפן אין דער האַנט פוּן דעם מַלאך, וואָס שטייט אויף דעם יַם און אויף דער ערד. 9 און איך בּין געגאַנגען צוּם מַלאך, און האָבּ אים געזאָט, אַז ער זאָל מיר געבּן דאָס ספר קטן. האָט ער צוּ מיר געזאָגט: נעם עס און עס עס אויף, און סע וועט מאַכן בּיטער דיין בּויך, נאָר אין דיין מויל וועט עס זיין זיס ווי האָניק. 10 און איך האָבּ גענוּמען דאָס ספר קטן פוּן דעם מַלאָכס האַנט און האַבּ עס אויפגעגעסן, און עס איז געווען אין מיין מויל זיס ווי האָניק; און אַז איך האָבּ עס אויפגעגעסן, איז מיין בּויך געוואָרן בּיטער. 11 און מע האָט צוּ מיר געזאָגט: דוּ מוּזט ווידער אַמאָל נבִיאות זאָגן איבּער אַ סַך אוּמות, און פעלקער, און לשוֹנות, און מלָכים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 9
Top of Page
Top of Page