Revelation 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'11

יא און מע האָט מיר געגעבּן אַ רוירשטעקל, ענלעך צוּ אַ רוּט, און געזאָגט: שטיי אויף, און מעסט דעם הֵיכל ה', און דעם מִזבֵּחַ, און די, וואָס דינען דערין. 2 און דעם פאָרהויף, וואָס איז אין דרויסן פוּן דעם הֵיכל, לאָז אויס און מעסט אים נישט, מחמת ער איז געגעבּן געוואָרן פאַר די גויים, און זיי וועלן צעטרעטן די עיר הקודש 42 חַדָשים. 3 און איך וועל מאַכן מיינע 2 עֵדות, אַז זיי זאָלן נבִיאות זאָגן 1,260 טעג, אָנגעטאָן אין זעק. 4 די דאָזיקע זענען די 2 אייֵלבּערטבּיימער און די 2 מנוֹרות, וואָס שטייען פאַר דעם רִבּוֹנו-של-עוֹלם. 5 און אויבּ עמיצער בּאַגערט זיי צוּ שעדיקן, גייט אַ אֵש אַרויס פוּן זייער מויל און פאַרצערט זייערע פיינט; און אויבּ עמיצער וועט בּאַגערן זיי צוּ שעדיקן, מוּז ער אויף דעם דאָזיקן אוֹפן געטייט ווערן. 6 די דאָזיקע האַבּן די מאַכט צוּ פאַרשליסן דעם שָמַיִם, אַז סע זאָל נישט רעגענען אין די טעג פוּן זייער נבִיארת זאָגן; און זיי האַבּן מאַכט איבּער די וואַסערן, זיי צוּ פאַרקערן אין דָּם, און צוּ שלאָגן די ערד מיט יעדער מַכּה, אַזוי אָפט ווי זיי ווילן נאָר. 7 און אַז זיי וועלן האַבּן פאַרענדיקט זייער עֵדות זאָגן, וועט די חַיה, וואָס קוּמט אַרויף פוּן דעם תּהוֹם, פאַרפירן מיט זיי מִלחָמה, און זיי מנַצֵחַ זיין און זיי טייטן. 8 און זייערע טויטע לייַבּער וועלן ליגן אין די גאַסן פוּן דער גרויסער שטאָט, וואָס ווערט גייסטיק אָנגערוּפן סדוֹם און מִצרַיִם, וואוּ אויך זייער אָדוֹן איז אויפהענגע על-דער בּוֹים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] געוואָרן. 9 און פוּן צווישן די אוּמות, און שבָטים, און לשוֹנות, און פעלקער, קוּקט מען אויף זייערע טויטע לייַבּער 3 און 1/2 טעג, און זיי לאַזן נישט, אַז זייערע טויטע לייַבּער זאָלן אַרייַנגעלייגט ווערן אין אַ קֵבר. 10 און די, וואָס וואוינען אייף דער ערד, זענען זיך משַמֵחַ איבּער זיי און מאַכן זיך לוּסטיק, און זיי וועלן שיקן איינער דעם אַנדערן מַתָּנות, מחמת די דאָזיקע 2 נבִיאִים האָבּן געפּייניקט די, וואָס וואוינען אויף דער ערד. 11 און נאָך די 3 און 1/2 טעג איז דער רוּח חיים פוּן ה' אַרייַנגעגאַנגען אין זיי, און זיי זענען געשטאַנען אויף זייערע רגלים, און פּחד גָּדוֹל איז געפאַלן אויף די, וואָס האָבּן זיי אָנגעקוּקט. 12 און זיי האָבּן געהערט אַ קוֹל גדול פוּן שָמַיִם זאָגן צוּ זיי : קוּמט אַרויף אַהער! און זיי זענען אַרויף אויף דעם עָנָן אין שָמַיִם אַריין, און זייערע שׂוֹנאים האָבּן זיי אַנגעקוּקט. 13 און אין יענער שָעה איז געווען אַ גרויסע ערד-ציטערניש, און 1/10 פוּן דער עִיר איז אייַנגעפאַלן, און סע זענען געהַרגעט געוואָרן אין דער ערדציטערניש 7,000 פּאַרשוינען: און די איבּעריקע זענען דערשראָקן געוואָרן און האָבּן אָפּגעגעבּן כָּבוד צוּ דעם אלוקים פון שָמַיִם. 14 דער 2ער ווייטיק איז אַריבּער; זע, דער 3ער ווייטיק קוּמט בּאַלד אָן. 15 און דער 7ער מַלאך האָט געבּלאָזן, און עס זענען געקוּמען הויכע קוֹלות אין שָמַיִם, אַזוי צוּ זאָגן: דאָס מַלכות פוּן דער עוֹלם הַזֶּה איז געוואָרן דאָס מַלכות פוּן אֲדוֹנֵנוּ און פוּן זיין רֶבּי מלך המָשיחַ; און ער וועט קעניגן לעולמי עולמים. 16 און די 24 זקֵנים, וואָס זיצן פאַר ה' אויף זייערע טראָנען, זענען געפאַלן אויף זייערע פֶּנימער און האָבּן אנידערגעפאלן צוּ ה', 17 און געזאָגט: מִר דאַנקען דיר, אָ, ה' אלוקים, דוּ א-ל שדַּי, וואָס בּיסט און וואָס בּיסט געווען, מחמת דוּ האַסט גענוּמען דיין גרויסע מאַכט און האַסט געטאָן קעניגן. 18 און די גויים האָבּן געצערנט, און געקוּמען איז דיין זַעַם, און די צייט פוּן די מֵתים, געמִשפּט צוּ ווערן, און צוּ געבּן דעם שׂכַר צוּ דיינע עבדים, די נבִיאים, און צוּ די קדוֹשִים, און צוּ די, וואָס האָבּן מורא פאַר דיין נאַמען, די קליינע און די גרויסע, און צוּ פאַרדאַרבּן די, וואָס פאַרדאַרבּן די ערד. 19 און עס איז געעפנט געוואָרן דער הֵיכל ה' אין שָמַיִם, און עס איז געזען געוואָרן אין זיין הֵיכל דער אֲרוֹן-הַבּרית; און סע זענען געקוּמען בּליצן, און קוֹלות, און דוּנערן, און אַן ערדציטערניש, און אַ גרויסער האָגל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 10
Top of Page
Top of Page