Revelation 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'12

יב און אַן אוֹת [מופת] גדול איז געזען געוואָרן אין שָמַיִם: אַן אִשָה, אָנגעטאָן מיט דער שֶמֶש, און די לבָנה אוּנטער אירע רגלים, און אויף איר קאָפּ אַן עֲטָרָת פוּן 12 שטערן. 2 און זי איז מעובּרת, און זי האָט געשריגן אין ווייען, און אין פּיין פוּן חֶבלֵי פון אַ יֶלֶד [זען ישעיהו 9:5]. 3 און עס איז געזען געוואָרן אַן אַנדער אוֹת אין שָמַיִם: זע, אַ גרויסער שלאַנג, פייער-רויט, מיט 7 קעפּ און 10 הערנער, און אויף 7 קאָפּ 7 כְּתָרִים. 4 און וויידל ציט דעם 1/3 פוּן די שטערן פוּן שָמַיִם און וואַרפט זיי צוּ דער ערד; און די שלאַנג שטייט פאַר דעם אִשָה [זען בראשית 3:15], וואָס דאַרף געווינען, כּדי זי זאָל פאַרשלינגען איר יֶלֶד, ווען זי וועט געווינען. 5 און זי האָט געוואוּנען אַ בֶּן-זָכר, וואָס וועט הערשן איבּער אַלע גויים מיט אַ רוּט פוּן אייזן; און איר יֶלֶד איז אַרויפגענוּמען געוואָרן צוּ ה' און צוּ זיין כּיסא-הכבוד [זען דניאל 14-7:13]. 6 און דאָס אִשָה איז אַנטרוּנען אין דער מִדבּר אַריין, וואוּ זי האָט געהאַט אַן אָרט, אָנגעבּרייט פוּן ה', כּדי מע זאָל זי דאָרט דערנערן 1,260 טעג. 7 און אין שָמַיִם איז געווען מִלחָמה: מִיכָאֵל און זיינע מַלאָכים האָבּן מִלחָמה געהאַלטן מיט דעם שלאַנג; און דער שלאַנג און זיינע מַלאָכים האַבּן מִלחָמה געהאַלטן, 8 און זיי האַבּן נישט גוֹבר געווען, און זייער אָרט איז אויך מער נישט געווען צוּ געפונען אין שָמַיִם. 9 און דער גרוסער שלאַנג איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן, דער נָחָש-הַקַדמוֹני, וואָס הייסט טייוול און השָׂטן, וועלכער פאַרפירט די כל עוֹלם הַזֶּה; ער איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן צוּ דער ערד, און זיינע מַלאָכים זענען אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן מיט אים. 10 און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל גדול אין שָמַיִם זאָגן: איצט איז געקוּמען די ישוּעת אלוקינו, און די מאַכט, און דאָס מַלכות פון אלוקינו, און די מֶמשָלה פוּן זיין רֶבּי מלך המָשיחַ; ווייל דער באַשוּלדיקער פוּן אוּנדערע אַחִים במשיח, וואָס בּאַשוּלדיקט זיי פאַר אלוקינו יוֹמָם ולַיְלָה, איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן; 11 און זיי האַבּן אים מנַצֵחַ געווען, דוּרך דעם דָּם פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], און דוּרך דעם דְּבַר פוּן זייער עֵדות זאָגן, און זיי האָבּן נישט ליבּ געהאַט זייער לעבּן בּיז צוּם מָוֶת. 12 דערפאר פרייט אייך, אָ הימלען, און איר וואָס וואוינט אין זיי! וויי צוּ דער ערד און צוּ דעם יַם, מחמת דער טייוול האָט אַראָפּגענידערט צוּ אייך מיט זַעַם גָּדוֹל, ווייל ער ווייסט, אָז ער האָט נאָר אַ קוּרצע צייט! 13 און ווען דער שלאַנג האָט געזען, אַז ער איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן צוּ דער ערד, האָט ער נאָכגעיאָגט דאָס אִשָה, וואָס האָט געבּוירן דעם בֶּן-זָכר. 14 און עס איז געגעבּן געוואָרן דעם אִשָה די 2 פליגל פוּן דעם גרויסן אָדלער, כּדי זי זאָל קענען פליען צוּ איר אָרט אין דער מִדבּר אַריין, וואוּ זי ווערט גענערט אויף אַ 3 און 1/2 צייטן, ווייט פוּן דעם פָּנים פוּן דער שלאַנג. 15 און די שלאַנג האָט אַרויסגעלאָזט פוּן איר מויל וואָסער נאָך דעם אִשָה ווי אַ שטראָם, כּדי זי זאָל אַוועקגעטראָגן ווערן פוּן דעם שטראָם. 16 און די ערד האָט געהאָלפן דעם אִשָה, און די ערד האָט געעפנט איר מויל און האָט פאַרשלוּנגען דעם שטראָם, וואָס דער שלאַנג האָט אַרויסגעלאָזט פוּן איר מויל. 17 און דער שלאַנג האָט געצערנט אויף דעם אִשָה, און איז אַוועקגעגאַנגען מִלחָמה צוּ האַלטן מיט די איבּעריקע פוּן איר זֶרַע, וואָס היטן אָפּ די מִצוות פוּן ה' און האַלטן דאָס עֵדות פוּן יהושע/ישוע [זען יוחא 2:3; 3:9].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 11
Top of Page
Top of Page