Revelation 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'13

יג און איך בּין געשטאַנען אויף דעם זאַמד פוּן דעם יַם. און איך האָבּ געזען אַ חַיה אַרויפקוּמען פוּן דעם יַם, וואָס האָט געהאַט 10 הערנער און 7 קעפּ, און אויף אירע הערנער 10 דיאַדעמס, און אויף אירע קעפּ נעמען פוּן חילוּל-השם. 2 און די חַיה, וואָט איך האַבּ געזען, איז געווען ענלעך צוּ אַ לעמפּערט, און אירע רגלים זענען געווען ווי פוּן אַ בּער, און איר מויל, ווי דאָס מויל פוּן אַן אַרְיֵה. און די שלאַנג האָט איר געגעבּן אירע גבורה און איר כִּסֵא און סמכוּת רבּה. 3 און איך האַבּ געזען איינעם פוּן אירע קעפּ, ווי ער וואָלט דערשלאָגן געוואָרן צוּם טויט, און זיין טויטקלאַפּ איז געהיילט געוואָרן. און די גאַנצע ערד איז נִשתּוֹמם געוואָרן איבּער דער חַיה, 4 און זיי האַבּן אנידערגעפאלן צוּ דעם שלאַנג, ווייל ער האָט געגעבּן זיין שלטון צוּ דער חַיה; און זיי האַבּן אנידערגעפאלן צוּ דער חיה, אַזוי צוּ זאָגן: ווער איז גלייך צוּ דער חַיה? און ווער איז בִּיכוֹלת מיט איר מִלחָמה צוּ האַלטן? 5 און עס איז איר געגעבּן געוואָרן אַ מויל צוּ רעדן גרויס זאַכן און חִילוּלֵי-השם; און עס איז איר געגעבּן געוואָון שלִיטה צוּ געווערן 42 חַדָשים. 6 און זי האָט געעפנט איר מויל מיט חִילוּלֵי-השם, צוּ לעסטערן זיין נאָמען און זיין מִשכּן, און די, וואָס וואוינען אין הימל. 7 און עס איז איר געגעבּן געוואָרן צוּ פאַרפירן מִלחָמה מיט די קדוֹשִים, און זיי מנַצֵחַ צוּ זיין; און עס איז איר געגעבּן געוואָרן רשוּת איבּער יעדן שֵבָט און עם און לָשון און אוּמה. 8 און אַלע, וואָס וואוינען אויף דער ערד, וועלן איר דינען, יעדער איינער, וואָס זיין נאָמען איז נישט פאַרשריבּן אין דעם סֶפֶר-הַחַייִם פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], וואָס איז געשאָכטן געוואָרן זינט די ששת-ימי-בּראשית. 9 אויבּ עמיצער האָט אַן אויער, זאָל ער הערן; 10 אויבּ עמיצער איז פאַר געפאַנגענשאַפט, אין געפאַנגענשאַפט גייט ער; אויבּ עמיצער וועט הַרגענען מיט דער חֶרֶב, מוּז ער מיט דער חֶרֶב געהַרגעט ווערן [זען ירמיהו 15:2]. אָט דאָ איז די סבלנות און די [ארטאדאקסיש יידיש] אֱמוּנה פוּן די קדוֹשִים [זען מהש 25-21:20]. 11 און איך האַבּ געזען אַן אַנדערע חַיה אַרויפקוּמען פוּן דער ערד; און זי האָט געהאַט 2 הערנער, ענלעך צוּ אַ שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], און זי האָט גערעדט ווי אַ שלאַנג. 12 און זי האָט אויסגענוּצט די גאַנצע געוועלטיקוּנג פוּן דער 1ער חַיה [אַנטי-משיח] אין איר אָנגעזיכט. און זי מאַכט די ערד און די, וואָס וואוינען דערין, צוּ דינען דער 1ער חַיה [אנטי-משיח], וואָס איר טויט-קלאַפּ איז געהיילט געוואָרן; 13 און 2ער חַיה טוּט גרויסע נִסים, און מאַכט אַפילו אֵש אַראָפּנידערן פוּן הימל אויף דער ערד פאַר די בני אדם. 14 און זי פאַרפירט די, וואָס וואוינען אויף דער ערד, דוּרך די נִסים, וואָס זענען איר געגעבּן געוואָרן צוּ טאָן פאַר דער חיה, ווען זי זאָגט צוּ די, וואָס וואוינען אויף דער ערד, אַז זיי זאַלן מאַכן אַן עָצָב דער חַיה, וואָס האָט די שלאָג פוּן דער חֶרֶב און האָט געלעבּט. 15 און עס איז איר געגעבּן געוואָרן צוּ געבּן אָטעם דער עָצָב פוּן דער חַיה, כּדי די עָצָב פוּן דער חַיה זאָל רעדן, און זאָל מאַכן, אַז וויפל סע וועלן נישט דינען דער עָצָב פוּן דער חַיה, זאָלן געטייט ווערן. 16 און זי מאַכט אַלע, סיי די קליינע און די גרויסע, סיי די רייכע און די עֲנִיִּים, סיי די בּני חורין און די עבדים, אַז סע זאָל זיי געגעבּן ווערן אַ צייכן [אוֹת] אויף זייער רעכטער האַנט, אָדער אויף זייער שטערן, 17 און אַז קיינער זאָל נישט קענען קויפן אָדער פאַרקויפן, הוּץ דער, וואָס האָט דעם צייכן [אוֹת], דאָס הייסט, דעם נאָמען פוּן דער חַיה, אָדער די צאָל פוּן איר נאָמען. 18 דאָ איז חָכמה : דער, וואָס האָט פאַרשטענדעניש, זאָל בּאַרעכענען די צאָל פוּן דער חַיה : מחמת עס איז די צאָל פוּן אַ מענטשן : און איר צאָל איז 666 [זען פיל' 1:13].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 12
Top of Page
Top of Page