Revelation 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'14

יד און איך האָבּ געזען, ערשט דאָס שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7] שטייט אויף דעם הָר צִיוֹן, און מיט אים 144,000, וואָס האָבּן זיין נאָמען און דעם נאָמען פוּן זיין הָאָב אָנגעשריבּן אויף זייערע שטערנס. 2 און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל פוּן הימל, ווי דאָס קוֹל פוּן אַ סַך וואַסערן, און ווי דאָס קוֹל פוּן אַ שטאַרקן דוּנער; און דאָס קוֹל, וואָס איך האָבּ געהערט, איז געווען ווי דאָס קוֹל פוּן האַרפנשפּילער, וואָס שפּילן אויף זייערע האַרפן. 3 און זיי זינגען אַ שיר חדש פאַר דעם כִּסא-הכבוד און פאַר די 4 חַיות און די זקֵנים. און קיינער האָט זיך נישט געקענט אויסלערנען דעם שיר, אַחוּץ די 144,000, וואָס זענען אויסגעקויפט געוואָרן פוּן דער ערד. 4 די דאָזיקע זענען עס, וואָס זענען נישט פאַראוּמרייניקט געוואָרן מיט נָשים, מחמת זיי זענען אַזוֹי ווי בּחורים. די דאָזיקע חסידים זענען עס, וואָס גייען נאָך דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], וואוּהין נאָר סע גייט. די דאָזיקע זענען אויסגעקויפט געוואָרן פוּן צווישן בני אדם, ווי בִּכּוּרים פאַר ה' און פאַר דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. 5 און אין זייער מויל איז נישט געפוּנען געוואָרן קיין מִרְמָר, ווייל זיי זענען אָן אַ מוּם. 6 און איך האָבּ געזען אַן אַנדערן מַלאך פליען אין מיטן הימל, וואָס האָט געהאַט בּשׂוּרת עוֹלם אָנצוּזאָגן פאַר די, וואָס וואוינען אויף דער ערד, און פאַר יעדער אוּמה, און שֵבָט, און לָשון, און עם. 7 און ער האָט געזאָגט מיט אַ הויך קוֹל : האָט מורא פאַר ה', און גיט אים אָפּ כָּבוד, מחמת די שָעה פוּן זיין מִשפּט האָט גענעענט; און דינט דעם בּוֹרא פוּן שָמַיִם און ערד, דעם יַם און די קוואַלן וואַסער. 8 און אַן אַנדערער, אַ 2ער מַלאך איז נאָכגעקוּמען, וואָס האָט געזאָגט: געפאַלן, געפאַלן איז בָּבֶל [זען כיפא א 5:13] די גרויסע, וואָס האָט געמאַכט אַלע אוּמות אָנטרינקען מיט דעם וויין פוּן דעם צאָרנוויין פוּן איר זנוּת. 9 און אַן אַנדערער, אַ 3ער מַלאך, איז נאָכגעקוּמען נאָך זיי, וואָס האָט געזאָגט מיט אַ קוֹל גדול: אויבּ עמיצער דינט דער חַיה און איר עָצָב, און בּאַקוּמט אַ צייכן [אוֹת] אויף זיין שטערן, אָדער אויף זיין האַנט, 10 וועט ער אויך טרינקען פוּן דעם צאָרנוויין פוּן ה', וואָס איז אויסגעגאַסן, נישט געמישט אין דעם כּוֹס פוּן זיין צאָרן; און ער וועט געפּייניקט ווערן מיט אֵש און שוועבּל אין דעם אָנגעזיכט פוּן די מַלאָכים קדושים, און אין דעם אַנגעזיכט פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. 11 און דער רויך פוּן זייער פּייניקוּנג גייט אַרויף לעולמי-עולמים; און די, וואָס דינען דער חַיה און איר עָצָב, האָבּן נישט קיין רוּ יוֹמָם ולַיְלָה, און ווער סע נעמט אָן דעם צייכן [אוֹת] פוּן איר נאָמען. 12 דאָ איז די סבלנות פוּן די קדוֹשִים, די, וואָס זענען שומר איבּער מִצוות פוּן ה' און די [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן יהושע/ישוע. 13 און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל פוּן הימל, אַזוי צוּ זאָגן: שרייבּ: אַשְרֵי איז די טויטע, וואָס שטאַרבּן אין הָאָדוֹן פוּן איצטמאָל אָן. כֵּן, זאָגט דער רוּחַ הַקוֹדֶש, כּדי זיי זאַלן רוּען פוּן זייערע מיִאוּנגען; ווייל זייערע מַעשׂים גייען נאַך מיט זיי. 14 און איך האָבּ געזען, ערשט אַ ווייסער וואַלקן, און אויף דעם וואָלקן האָבּ איך געזען זיצן איינעם, ענלעך צוּ אַ בַּר אֱנָש [דניאל 7:13], וואָס האָט געהאַט אויף זיין קאָפּ אַ עֲטָרָת פון זָהָב, און אין זיין האַנט אַ שאַרף שנייַדמעסער. 15 און אַן אַנדערער מַלאך איז אַרויסגעקוּמען פוּן דעם הֵיכל, און האָט געשריגן מיט אַ קוֹל גדול צוּ דעם, וואָס איז געזעסן אויף דעם וואָלקן: שיק אַרויס דיין שנייַדמעסער און שנייד; וואָרעם די שָעה פוּן קָצִיר האָט גענעענט, ווייל דער קָצִיר פוּן דער ערד איז צייטיק [יואל 4:13]. 16 און דער, וואָס איז געזעסן אויף דעם וואָלקן, האָט אַ וואָרף געטאַן זיין שנייַדמעסער אויף דער ערד, און די ערד איז געשניטן געוואָרן. 17 און אַן אַנדערער מַלאך איז אַרויסגעקוּמען פוּן דעם הֵיכל אין הימל, און אויך ער האָט געהאַט אַ שאַרף שנייַדמעסער. 18 און אַן אַנדערער מַלאך איז אַרויסגעקוּמען פוּן דעם מִזבֵּחַ, דער, וואָס האָט געהאַט שלִיטה איבּער אֵש; און ער האָט גערוּפן מיט אַ קוֹל גדול צוּ דעם, וואָס האָט געהאַט דאָס שאַרפע שנייַדמעסער, אַזוי צוּ זאָגן: שיק אַרויס דיין שאַרף שנייַדמעסער און זאַמל צוּנויף די הענגלעך פוּן די ווייַנשטאָקן אויף דער ערד, וואָרעם אירע ווייַנטרויבּן זענען אינגאַנצן צייטיק. 19 און דער מַלאך האָט אַ וואָרף געטאָן זיין שנייַדמעסער צוּ דער ערד און האָט אייַנגעזאַמלט דעם ווייַנשטאָק פוּן דער ערד, און האָט אים אַריינגעוואַרפן אין דעם גרויסן ווייַנקעלטער פוּן זַעַם פון ה'. 20 און דער ווייַנקעלטער איז געטרעטן געוואָרן אויסער דער עִיר, און עס איז אַרויסגעקוּמען דָּם פוּן דעם ווייַנקעלטער, בּיז צוּ די צוימען פוּן די פערד, אַזוי ווייט ווי 200 מיילן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 13
Top of Page
Top of Page