Revelation 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'15

טו און איך האָבּ געזען אַן אַנדערן צייכן [אוֹת] אין הימל, גָּדוֹל און וואוּנדערלעך: 7 מַלאָכים, וואָס האָבּן געהאַט די 7 לעצטע מַכּות, וואָרעם מיט זיי ווערט פאַרענדיקט דער זַעַם פוּן ה'. 2 און איך האָבּ געזען ווי סע וואָלט געווען אַ יַם פוּן גלאָז, אויסגעמישט מיט אֵש; און די, וואָס האָבּן גוֹבר געווען די חַיה, און איר עָצָב, און די צאָל פוּן איר נאָמען, שטייען בּיי דעם יַם פוּן גלאָז און האָבּן האַרפן פוּן ה'. 3 און זיי זינגען דאָס געזאַנג פוּן מֹשה [רבינו], דעם עֶבֶד פוּן ה', און דאָס געזאַנג פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], אַזוי צוּ זאָגן: גָּדוֹל און וואוּנדערלעך זענען דיינע מַעשׂים, אָ, ה' אלֹקים, דוּ א-ל שדַּי; צַדִּיק און אֶמת זענען דיינע וועגן, דוּ מֵלך פוּן די אוּמות. 4 ווער זאָל נישט מורא האָבּן, ה', און רימען דיין נאָמען? ווארעם נאָר דוּ אַליין בּיסט קֹדֶש! ווייל אַלע אוּמות וועלן קוּמען און אנידערגעפאלן פאַר דיר; ווייל דיינע גערעכטע מִשפָּטים זענען אַנטפּלעקט געוואָרן. 5 און נאָכדעם האָבּ איך געזען, און עס איז געעפנט געוואָרן דער הֵיכל פוּן דעם מִשכּן-הָעֵדות אין הימל; 6 און סע זענען אַרויסגעקוּמען פוּן דעם הֵיכל די 7 מַלאָכים, וואָס האָבּן געהאַט די 7 מַכּות, אָנגעטאָן אין ריינער גלאַנצנדיקער לייַוונט, און זייערע בּרוּסטן אַרוּמגעגוּרט מיט גאַרטלען פון זָהָב. 7 און 1 פוּן די 4 חַיות האָט געגעבּן די 7 מַלאָכים 7 קַעֲרוֹת פון זָהָב, פוּל מיט דעם זַעַם פוּן ה', וואָס לעבּט לעולמי-עולמים. 8 און דער הֵיכל איז געוואָרן אָנגעפילט מיט רויך פוּן דער כבוד פוּן ה' און פוּן זיין מאַכט; און קיינער איז נישט געווען בִּיכוֹלֶת אַרייַנצוּגיין אין דעם הֵיכל, בּיז סע וועלן זיין אויסגעלאָזט די 7 מַכּות פוּן די 7 מַלאָכים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 14
Top of Page
Top of Page