Revelation 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'16

טז און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל גדול פוּן דעם הֵיכל אַרויס זאָגן צוּ די 7 מַלאָכים: גייט און גיסט אויס די 7 קַעֲרוֹת זַעַם ה' אויף דער ערד. 2 און דער 1ער מַלאך איז געגאַנגען און האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אויף דער ערד: און עס איז געוואָרן אַ פאַרפּעסטיקט און בּייז געשוויר אויף די בני אדם, וואָס האָבּן געהאַט דעם צייכן [אוֹת] פוּן דער חַיה און וואָס האָבּן אנידערגעפאלן צוּ איר עָצָב. 3 און דער 2טער מַלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אין דעם יַם אַריין: און עס איז געוואָרן ווי דאָס דָּם פוּן אַ מֶת, און יעדעס לעבּעדיקע בּאַשעפעניש, וואָס איז געווען אין יַם, איז נִפְטָר. 4 און דער 3ער מַלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אין די טייכן און אין די קוואַלן וואַסער: און עס איז געוואָרן דָּם. 5 און איך האָבּ געהערט דעם מַלאך פוּן די וואַסערן זאָגן: צַדִּיק בּיסטוּ, וואָס בּיסט און בּיסט געווען, דוּ הייליקער, מחמת דוּ האָסט אַזוי געמשפט; 6 מחמת זיי [פון אנטי-משיח] האָבּן פאַרגאָסן דאָס דָּם פוּן קדוֹשִים און נבִיאים, און דָּם האָסטוּ זיי געגעבּן צוּ טרינקען; זיי זענען עס ווערט. 7 און איך האָבּ געהערט דעם מִזבֵּחַ זאָגן: כֵּן, ה' אלֹקי צְבָאוֹת, אֶמת און צֶדֶק זענען דיינע מִשפָּטים! 8 און דער 4ער מַלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אויף דער שֶמֶש: און עס איז איר געגעבּן געוואָרן צוּ בּרענען בני אדם מיט אֵש. 9 און בני אדם זענען געבּרענט געוואָרן מיט חֹם גָּדוֹל; און זיי האָבּן געלעסטערט דעם נאָמען פוּן ה', וואָס האָט די מאַכט איבּער די מַכּות, און זיי האָבּן נישט קיין תּשוּבה געטאָן, אים אָפּצוּגעבּן כָּבוד. 10 און דער 5ער מַלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אויף דעם כִּסֵא פוּן דער חַיה: און איר מלוּכה איז פאַרפינצטערט געוואָרן: און זיין האָבּן צעבּיסן זייערע צוּנגען פוּן ווייטיק, 11 און זיי האָבּן געלעסטערט דעם אלוקים פוּן שָמַיִם, צוּליבּ זייערע וויטיקן און זייערע געשווירן, און זיי האָבּן נישט קיין תּשוּבה געטאָן אויף זייערע מַעשׂים. 12 און דער 6ער מלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אויף דעם גרויסן טייך פּרָת: און זיין וואַסער איז אויסגעטרוּקנט געוואָרן, כּדי אָנצוּבּרייטן דעם דֶּרֶךְ פאַר די מלָכים פוּן דעם זוּנאויפגאַנג. 13 און איך האָבּ געזען אַרויסקוּמען פוּן דעם מויל פוּן דעם שלאַנג, און פוּן דעם מויל פוּן דער חַיה, און פוּן דעם מויל פוּן דעם נָביא השֶקֶר, 3 שדים [אוּמריינע גייסטער], ווי דאָס וואָלטן געווען פרעש. 14 מחמת זיי זענען גייסטער פוּן רוּחות, וואָס טוּען צייכנס, און וואָס גייען אַרויס צוּ די מלָכים פוּן דער גאַנצער וועלט, כּדי זיי אייַנצוּזאַמלען צוּ דער מִלחָמה פוּן דעם יוֹם הגדול פוּן ה' אֲדֹנָי צְבָאוֹת -- זע, איך קוּם ווי אַ גַנב; אַשְרֵי איז דעם, וואָס וואַכט, און וואָס היט זיינע מַלבּוּשים, כּדי ער זאָל נישט גיין נאַקעט און מען זאָל נישט זען זיין שאַנר! -- 16 און זיי האָבּן זיי פאַרזאַמלט אינאיינעם אין דעם אָרט, וואָס ווערט אָנגערוּפן אויף לָשון-קוֹדֶש הַר-מגִדוֹ. 17 און דער 7ער מַלאך האָט אויסגעגאָסן זיין בּעקן אין דער לוּפט: און עס איז אַרויסגעקוּמען אַ קיל גדול פוּן הֵיכל פוּן דעם כִּסא-הכבוד, אַזוי צוּ זאָגן; עס איז געשען! 18 און סע זענען געווען בּליצן און קילות און דוּנערן, און עס איז געווען אַ גרויסע ערדציטערניש, אַזאַ ווי ס'איז נאָך נישט געווען, זינט סע זענען בני אדם אויף דער ערד, אַזאַ גרויסע ערדציטערניש, אַזאַ געוואַלטיקע. 19 און די עיר הגדולה איז צעטיילט געוואָרן אין 3 חַלָקים, און די ערי הגויים זענען געפאַלן; און בָּבֶל [זען כיפא א 5:13], די גרויסע, איז געדענקט געוואָרן פאַר ה', איר צוּ געבּן דעם כּוֹס וויין פוּן דעם גרים פוּן זיין צאָרן. 20 און יעדע אינזל איז אַנטרוּנען געוואָרן, און די הָרִים זענען נישט געפוּנען געוואָרן. 21 און אַ גרויסער האָגל, יעדער שטיין אַרוּם דער וואָג פוּן אַ צענטנער, איז געפאַלן פוּן הימל אויף די בני אדם. און בני אדם האַבּן געלעסטערט אלוקים, צוּליבּ דער מכה פוּן דעם האָגל; ווייל די דאָזיקע מכה איז געווען זייער גָּדוֹל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 15
Top of Page
Top of Page