Revelation 17
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'17

יז און עס איז געקוּמען איינער פוּן די 7 מַלאָכים, וואָס האַבּן געהאַט די 7 בּעקנס, און האָט גערעדט מיט מיר, אַזוי צוּ זאָגן; קוּם אַהער, איך וויל דיר וויזן דעם מִשפּט פוּן דער זוֹנה הגדולה, וואָס זיצט אויף אַ סַך וואַסערן, 2 מיט וועטען די מלָכים פוּן דער ערד האַבּן מזַנה געווען, און די, וואָס בּאַוואוינען די ערד, זענען געוואָרן שִיכּור מיר דעם וויין פוּן איר זנוּת. 3 און ער האָט מיך אין דעם גייסט אַוועקגעפירט אין אַ מִדבּר אַריין, און איך האָבּ געזען זיצן אַן אִשָה אויף אַ שאַרלעך-רויטער חַיה, פוּל טיט נעמען פוּן לעסטערוּנג, און זי האָט געהאַט 7 קעפּ און 10 הערנער. 4 און דאָס אִשָה איז געווען אָנגעטאָן אין פּוּרפּוּר און שאַרלעך, און בּאַדעקט מיט זָהָב און אייֵדלשטיינער און פּערל, און האָט געהאַט אין איר האַנט אַ כּוֹס פון זהב, פוּל מיט אוּמווערדיקייטן און אוּמרייניקייט פוּן איר זנוּת; 5 און אויף איר שטערן איז געווען אָנגעשריבּן אַ נאָמען אַ סוֹד, אַ רָז: בבל הגדולה, אֵם הזונות וכל מעשי התועבה בעולם! 6 און איך האָבּ געזען דאָס אִשָה שִיכּור מיט דעם דָּם פוּן די [ארטאדאקסיש יידיש] קדוֹשִים און מיט דעם דָּם פוּן די עֵדֵי יהושע/ישוע. און ווען איך האַבּ זי געזען, האָבּ איך מיך געוואוּנדערט מיט אַ פְּלִיאָה גדולה. 7 און דער מַלאך האָט צוּ מיר געזאָגט: פאַרוואָס האָסטוּ דיך געוואוּנדערט? איך וועל דיר זאָגן דעם סוֹד פוּן דעם אִשָה, און פוּן דער חַיה, וואָס טראָגט זי, וואָס האָט די 7 קעפּ און די 10 הערנער. 8 די חַיה, וואָס דוּ האָסט געזען, איז געווען, און איז נישט, און איז גרייט אַרויפצוּקוּמען פוּן דעם תּהוֹם און גיין צוּ פאַרדאַרבּוּנג; און די, וואָס וואוינען אויף דער ערד, וועמעס נעמען זענען נישט פאַרשריבּן געוואָרן אין דעם סֶפֶר-הַחַייִם פון בּריאת העולם אָן, וועלן זיך וואוּנדערן, ווען זיי וועלן זען די חַיה, שהיתה ואיננּה ועתידה לבוֹא. 9 דאָ איז דער זיִן, וואָס האָט חָכמה: די 7 קעפּ זענען 7 בּערג, אויף וועלכע דאָס אִשָה טוּט זיצן; 10 און זיי זענען 7 מלָכים: 5 זענען געפאַלן, 1 איז, דער אַנדערער איז נאָך נישט געקוּמען; און ווען ער וועט קוּמען, וועט ער פאַרבּלייַבּן אַ קוּרצע צייט. 11 און די חַיה, וואָס איז געווען, און איז נישט, איז אַליין אויך אַן 8ער מלך, און איז פוּן די 7, און זי גייט אין פאַרדאַרבּוּנג. 12 און די 10 הערנער, וואָס דוּ האָסט געזען, זענען 10 מלָכים, וועלכע האַבּן נאָך נישט בּאַקוּטען קיין מלוּכה; זיי קריגן אָבּער געוועלטיקוּנג ווי מלָכים אויף איין שָעה, אינאיינעם מיט דער חַיה. 13 די דאָזיקע האָבּן איין מַחשָבה, און זיי גיבּן זייער מאַכט און אוֹיטאָריטעט דער חַיה; 14 זיי וועלן מִלחָמה האַלטן מיט דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], און דאָס שֶה וועט זיי מנַצֵחַ זיין, מחמת עס איז אָדוֹן פוּן אדונים און מֵלך פוּן מלָכים; און אויך זיי, וואָס זענען מיט אים, וואָס זענען הקרוּאים און נבחרים און נאמנים, וועלן מנַצֵחַ זיין. 15 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: די וואָסערן, וואָס דוּ האָסט געזען, וואוּ די זוֹנה זיצט, זענען פעלקער און הַמונים מענטשן און אוּמות, און לשוֹנות. 16 און די 10 הערנער, וואָס דוּ האָסט געזען, און די חַיה, די דאָזיקע וועלן פיינט האָבּן די זוֹנה און וועלן זי מאַכן וויסט און נאַקעט, און זיי וועלן פאַרצערן איר פלייש און זי פאַרבּרענען מיט אֵש. 17 מחמת ה' האָט ארייַנגעגעבּן אין זייער לֵב צוּ טאָן זיין עֵצה, און צוּ קוּמען צוּ איין בּאַראָט, און צוּ געבּן זייער מלוּכה דער חַיה, בּיז די רייד פוּן ה' וועלן דערפילט ווערן. 18 און דאָס אִשָה, וואָס דוּ האסט געזען, איז די עִיר הגדולה, וואָס רעגירט איבּער די מלָכים פוּן דער ערד.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 16
Top of Page
Top of Page