Revelation 18
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'18

יח און נאָכדעם האָבּ איך געזען אַן אַנדערן מַלאך אַראָפּנידערן פוּן הימל, וואָס האָט געהאַט רבה סמכוּת; און די ערד איז בּאַלויכטן געוואָרן מיט זיין כבוד. 2 און ער האָט געשריגן מיט אַ שטאַרק קוֹל, אַזוי צוּ זאָגן: געפאַלן, געפאַלן איז בָּבֶל [זען כיפא א 5:13], די גרויסע, און איז געוואָרן אַ וואוינאָרט פוּן טייַוולאָנים און אַן אויפהאַלט פוּן יעדן טָמא גייסט, און אַן אויפהאַלט פוּן יעדן אוּמריינעם און מִיאוסן פויגל. 3 מחמת דוּרך דעם צאָרנוויין פוּן איר זנוּת זענען אַלע אוּמות געפאַלן; און די מלָכים פוּן דער ערד האָבּן מיט איר מזַנה געווען, און די סוֹחרים פוּן דער ערד זענען געוואָרן רייך דוּרך דער מאַכט פוּן אירע תַּענוּגים. 4 און איך האָבּ געהערט אַן אַנדער קוֹל פוּן הימל זאָגן: קוּמט אַרויס פוּן איר, עַמִּי, כּדי איר זאָלט נישט האָבּן קיין שוּם חֶלֶק אין אירע חטֹּאת, און כּדי איר זאָלט נישט קריגן פוּן אירע מַכּות; 5 מחמת אירע זינד האָבּן אויך דערגרייכט בּיז צוּם הימל, און ה' האָט געדענקט אירע אוּמגערעכטיקייטן. 6 פאַרגעלט איר אַזוֹיווי זי האָט פאַרגעלט, און כֵּפֶל-כֵּפליִם לויט נאָך אירע מַעשׂים. אין דעם כּוֹס, וואָס זי האָט געמישט, מישט פאַר איר טאָפּלט. 7 אויף אַזויפיל וויפל זי האָט זיך אַליין פאַרהערלעכט און געהאַט תַּענוּג, אויף אַזויפיל גיט איר יסוּרים און טרויער. מחמת זי זאָגט אין איר לֵב: איך זיץ אַ מַלכּה, און איך בּין נישט קיין אַלמָנה, און וועל בּאֵין-אוֹפן נישט זען קיין טרויער. 8 דערפאר וועלן אירע מַכּות קוּמען אין יוֹם אחד: מָוֶת און פּיין און הוּנגער, און זי וועט אין גאַנצן פאַרבּרענט ווערן אין אֵש; ווייל שטאַרק איז אֲדֹנָי ה', וועלכער משפּט זי. 9 און וויינען און קלאָגן וועלן איבּער איר די מלָכים פוּן דער ערד, וועלכע האַבּן מיט איר מזַנה געווען און זיך געלאָזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר בּרענען; 10 און שטיין פוּן דער ווייט פאַר מוֹרא פוּן איר פּיין, און זאָגן: ווייֵ, ווייֵ, די גרויסע שטאָט בָּבֶל [זען כיפא א 5:13], די שטאַרקע שטאָט! מחמת אין איין שָעה האָט גענעענט דיין מִשפּט. 11 און די סוֹחרים פוּן דער ערד וויינען און קלאָגן איבּער איר, מחמת קיינער קויפט נישט מער זייער סחוֹרה, 12 סחוֹרה פוּן זָהָב, און זילבּער, אייֵדלשטיינער און פּערל, פיינע לייַוונט, און פּוּרפּוּר זייד און שאַרלעך, און אַלערליי דוּפטיקע געהילצן, און אַלערליי כֵּלים פוּן עלפאַנטבּיין, און אַלערליי כֵּלים, געמאַכט פוּן טייערן געהילץ, און פוּן קוּפּער, און אייזן, און מאַרמאָר; 13 און צימערינג, און געווירץ, און ווייַרעך, און זאַלבּאייל, און קטוֹרֶת, און וויין, און שֶמֶן, און זעמל-מעל, און חִטָּה, און רינדער און שאָף, און פערד, און רייַטוועגן, און עבדים און מענטשלעכע נפָשות. 14 און די פֵּירות, וואָס דיין נשָמה האָט נאָך זיי געגלוּסט, זענען פאַרשוואוּנדן פוּן דיר, און אַלצדינג, וואָס איז געווען זיס און פּרעכטיק, איז פאַרלוירן געוואָרן פוּן דיר, און מע וועט זיי בִּכלַל מער נישט געפינען. 15 די סוֹחרים פוּן די דאָזיקע זאַכן, וואָס זענען דוּרך איר רייך געוואָרן, וועלן שטיין פוּן דער ווייט פאַר מוֹרא פוּן איר פּיין און וויינען און קלאָגן, 16 און זאָגן: ווייֵ, ווייֵ דער גרויסער שטאָט, וואָס איז געווען אָנגעטאָן אין פיינער לייַוונט, אין פּוּרפּוּר און שאַרלעך, און בּאַדעקט מיט זָהָב און אייֵדלשטיינער און פּערל! 17 מחמת אין איין שָעה איז אַזאַ עֹשֶר גָּדוֹל חָרוב געוואָרן. און יעדער שיפקאַפּיטאַן, און יעדער איינער, וואָס פאָרט ערגעצוואוּהין, און רוּדערער, און אַלע, וואָס פאַרדינען זייער חַיוּנה פוּן יַם, זענען געשטאַנען פוּן דער ווייט, 18 און זיי האַבּן געשריגן, ווען זיי האַבּן געקוּקט אויף דעם רויך פוּן איר בּרענען, אַזוי צוּ זאָגן: וואָסער שטאָט איז ווי די עִיר הגדולה? 19 און זיי האַבּן געוואָרפן שטויבּ אויף זייערע קעפּ, און געשריגן, ווען זיי האַבּן געוויינט און געקלאָגט, אַזוי צוּ זאָגן: ווייֵ, ווייֵ, דער עִיר הגדולה, וואָס אין איר זענען אַלע, וואָס האַבּן געהאַט שיפן אויף דעם יַם, געוואָרן רייך דוּרך איר עַשֵירות, מחמת אין איין שָעה איז זי חָרוב געוואָרן. 20 פריי דיך איבּער איר, דוּ הימל, און איר קדוֹשִים, און שלִיחים און נבִיאים! ווייל ה' האָט געמִשפּט אייער מִשפּט אין איר. 21 און אַ מַלאך חָזָק האָט אויפגעהויבּן אַ שטיין, ווי דאָס וואָלט געווען אַ גרויסער מיִלשטיין, און האָט אים אַרייַנגעוואָרפן אין יַם אַריין, און געזאָגט: אַזוי וועט מיט אַ שטאַרקן כּוֹח אַנידערגעוואַרפן ווערן בָּבֶל [זען כיפא א 5:13], די עִיר הגדלה, און זי וועט מער נישט געפוּנען ווערן. 22 און דאָס קוֹל פוּן האַרפנשפּילער, און זינגער, און פלייֵטנשפּילער, און טרוּמייֵטערער, וועט אין דיר מער נישט געהערט ווערן; און קיין מייַנסטער פוּן קיין שוּם האַנטווערק וועט מען אין דיר מער נישט געפינען; און דאָס קוֹל פוּן אַ מיִל וועט אין דיר מער נישט געהערט ווערן; 23 און דאָס אוֹר פוּן אַ לייכטער וועט אין דיר מער נישט שיינען; און דאָס קוֹל פוּן חָתן און כַּלה וועט אין דיר מער נישט געהערט ווערן; מחמת דיינע סוֹחרים זענען געווען די פירשטן פוּן דער ערד, און מיט דיין כִּישוף זענען אַלע אוּמות פאַרפירט געוואָרן. 24 און אין איר איז געפוּנען געוואָרן דאָס דָּם פוּן נבִיאים און פוּן קדוֹשִים, און פוּן אַלע די, וואָס זענען געהַרגעט געוואָרן אויף דער ערד.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 17
Top of Page
Top of Page