Revelation 19
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'19

יט נאָכדעם האָבּ איך געהערט ווי סע וואָלט געווען אַ קוֹל גדול פוּן אַ גרויסן הַמוֹן אין הימל, אַזוי צוּ זאָגן: הַלְלוּיָה! די ישוּעת אלוקינו און כבוד און גבוּרה געהערן צוּ אלוקינו. 2 ווייל אֶמת און צֶדֶק זענען זיינע מִשפָּטים; ווייל ער האָט געמִשפּט די זוֹנה הגדולה, וואָס האָט פאַרדאָרבּן די ערד מיט איר זנוּת, און ער האָט זיך נוֹקם געווען אין איר פאַר דעם דָּם פוּן זיינע עבדים. 3 און אַ צווייט מאָל האָבּן זיי געזאַט: הַלְלוּיָה! און איר רויך גייט אַרויף לעולמי-עולמים 4 און די 24 זקֵנים און די 4 חַיות זענען אנידערגעפאַלן און האָבּן אנידערגעפאלן פאר ה', וואָס זיצט אויף דעם כִּסא-הכבוד, און האָבּן געזאָגט: אָמֵן. הַלְלוּיָה! 5 און אַ קוֹל איז אַרויסגעקוּמען פוּן דעם כִּסא-הכבוד, אַזוי צוּ זאָגן: ברוך ה' אלוקינו, אַלע זיינע עבדים, איר וואָס האָט מוֹרא פאַר אים, די קטנים און די גדולים. 6 און איך האָבּ געהערט ווי סע וואָלט געווען דאָס קוֹל פוּן אַ גרויסן הַמוֹן און ווי דאָס קוֹל פוּן אַ סַך וואַסערן, און ווי דאָס קוֹל פוּן שטאַרקע דוּנערן, אַזוי צוּ זאָגן: הַלְלוּיָה! ווייל ה' אלֹקינוּ, דער א-ל שדַּי, קיניגט! 7 לאָמיר זיך פרייען און פריילעך זיין, און אים אָפּגעבּן כָּבוד, מחמת גענעענט האָט די חַתוּנה פוּן דעם שֶה [זען שמות 12:3; ישעיהו 53:7], און זיין כַּלה האָט זיך אָנגעבּרייט. 8 און עס איז איר געגעבּן געוואָרן, אַז זי זאָל זיך אָנטאַן אין פיינער לייַוונט, ליכטיק און לויטער; ווייל די פיינע לייַוונט זענען די צדקות פוּן די קדוֹשִים. 9 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: שרייבּ: אַשְרֵי איז די, וואָס זענען געבּעטן געוואָרן צוּ דעם סְעוּדַת נשוּאין השֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7; שיר השירים 2:4; ישעיהו 9-25:6]. און איך בּין אנידערגעפאלן פאַר זיינע רגלים, להשתחוות פאַר אים. 10 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: דאָס זענען אֶמֶתע רייד פוּן ה'. און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: זע, דוּ טאַרסט עס נישט טאָן! איך בּין אַ מיטקנעכט מיט דיר און דיינע אַחִים במשיח, וואָס האָבּן דאָס עֵדות פוּן יהושע/ישוע. בּוּק דיך פאַר ה', ווייל דאָס עֵדות יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8, זען עבד אין זכריה 3:8 און ישעיהו 53:11 און ירמיהו 23:5!] איז דער גייסט פוּן נבוּאה. 11 און איך האָבּ געזען דעם הימל אויפגעעפנט, ערשט אַ ווייס פערד. און דער, וואָס איז אויף אים געזעסן, איז גערוּפן געוואָרן נאמן ואמתי, און אין צֶדֶק טוּט ער מִשפּטן און מִלחָמה האַלטן. 12 און זיינע אויגן זענען ווי אַ פלאַם פוּן אֵש, ועֲטָרוֹת רבּוֹת אויף זיין קאָפּ זענען; און ער האָט אויפגעשריבּן אַ נאָמען, וואָס קיינער קען נישט, אַחוּץ ער אַליין. 13 און ער איז אָנגעטאָן אין אַ קיטל, בּאַשפּריצט מיט דָּם, און זיין נאָמען ווערט אָנגערוּפן: דאָס מימרא ה' [זען יוחנן 1:1,14; תהלים 33:6; 107:20; משלי 30:4; 8:30; ישעיהו 7:14; דניאל 14-7:13]. 14 און די צבאות השמים, די צבאות ה' זענען אים נאָכגעגאַנגען אויף ווייסע פערד, בּאַקליידט אין פיינער לייַוונט, ווייס און טהור. 15 און פוּן זיין מויל גייט אַרויס אַ שאַרפע חֶרֶב, כּדי מיט איר צוּ שלאָגן די גוֹיים; און ער וועט הערשן איבּער זיי מיט אַ רוּט פוּן אייזן [תהלים 2:8]: און ער טרעט דעם ווייַנקעלטער פוּן דעם זַעַם ה' [זען רומ' 1:18], דעם אלוקי צבאות. 16 און אויף זיין קיטל און אויף זיין ירך [זען בראשית 24:2] איז געווען בּיי אים אַנגעשריבּן אָ נאָמען: מלך המלכים ואדון האדונים. 17 און איך האָבּ געזען אַ מַלאך שטיין אין דער שֶמֶש, און ער האָט געשריגן מיט אַ קוֹל גדול און געזאָגט צוּ אַלע פייגל, וואָס פליען אין מיטן שָמַיִם: קוּמט, און זאַמלט אייך צוּנויף צוּ דעם גרויסן מאָלצייט פוּן ה', 18 כּדי איר זאָלט עסן דאָס פלייש פוּן מלָכים, און דאָס פלייש פוּן הויפּטלייַט, און דאָס פלייש פוּן גיבּוֹרים, און דאָס פלייש פוּן פערד און פוּן די, וואָס זיצן אויף זיי, און דאָס פלייש פוּן אַלע בני אדם, סיי בני חורין און סיי עבדים, סיי קטנים און גדולים. 19 און איך האָבּ געזען די חַיה און די מלְכֵי הָאָאֶץ און זייערע צבאות פאַרזאַמלט אינאיינעם, מִלחָמה צוּ האַלטן קעגן אים, וואָס איז געזעסן אויף דעם פערד, און קעגן זיין צבא. 20 און די חַיה איז גענוּמען געוואָרן, און מיט איר דער נָביא השֶקֶר, וואָס האָט געמאַכט די צייכנס פאַר איר, מיט וועלכער ער האָט אָפּגענאַרט די, וואָס האָבּן אָנגענוּמען דעם צייכן [אוֹת] פוּן דער חַיה און די, וואָס האָבּן אנידערגעפאלן צוּ איר עָצָב; זיי בּיידע זענען אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן לעבּעדיקערהייט אין דעם אֲגָּם פוּן אֵש [זען דניאל 12:2; ישעיהו 66:24], וואָס בּרענט מיט שוועבּל. 21 און די איבּעריקע זענען געטייט געוואָרן מיט דער חֶרֶב פוּן דעם, וואָס איז געזעסן אויף דעם פערד, די חֶרֶב וואָס איז אַרויסגעקוּמען פוּן זיין מויל; און אַלע פייגל זענען געוואָרן זאַט מיט זייער פלייש.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 18
Top of Page
Top of Page