Orthodox Hasidic Yiddish Bible התג'20 כ און איך האָבּ געזען אַ מַלאך אַראָפּנידערן פוּן הימל, וואָס האָט געהאַט דעם מַפְתֵּחַ פוּן דעם תּהוֹם און אַ גרויסע קייט אין זיין האַנט. 2 און ער האָט אָנגעכאַפּט דעם שלאַנג, דעם נָחָש-הַקַדמוֹני, וואָס איז דער טייוול און הַשָׂטָן, און האָט אים געבּוּנדן אויף 1,000 יאָר, 3 און אים אַרייַנגעוואָרפן אין תּחוֹם אַריין און אים פאַרשלאָסן און פאַרחַתמעט איבּער אים, אַז ער זאָל די אוּמות מער נישט פאַרפירן, בּיז די 1,000 יאָר וועלן געענדיקט ווערן; דערנאָך מוּז ער בּאַפרייט ווערן אויף אַ קוּרצער צייט. 4 און איך האָבּ געזען טראָנען, און זיי זענען געזעסן אויף זיי, און מִשפּט איז זיי געגעבּן געוואָרן; און איך האָבּ געזען די נשָמות פוּן די, וואָס זענען געקעפּט געוואָרן פוּנוועגן דעם עֵדות יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8, זען עבד אין זכריה 3:8 און ישעיהו 53:11 און ירמיהו 23:5!] און פוּנוועגן דעם דָּבָר ה', און אַזוינע, וואָס האָבּן נישט אנידערגעפאלן צוּ דער חַיה, אויך נישט צוּ איר עָצָב, און האָבּן נישט געקראָגן דעם צייכן [אוֹת] אויף זייער שטערן און אויף זייער האַנט; און זיי זענען לעבּעדיק געוואָרן, און האָבּן געקיניגט מיט רבי מֵלך המָשיחַ 1,000 יאָר. 5 די איבּעריקע פוּן די טויטע זענען נישט לעבּעדיק געוואָרן, בּיז די 1,000 יאָר וועלן נישט זיין געענדיקט. דאָס איז דער 1ער תּחִיַת-המֵתים. 6 געבּענטשט און קָדוש איז דער, וואָס האָט אַ חֶלֶק אין דעם 1ער תּחִיַת-המֵתים. איבּער די דאָזיקע האָט דער 2ער מָוֶת נישט קיין שלִיטה; נייערט זיי וועלן זיין כֹּהַנים פוּן ה' און פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, און וועלן קיניגן מיט אים 1,000 יאָר. 7 און אַז די 1,000 יאָר ווערן געענדיקט, וועט הַשָטָן בּאַפרייט ווערן פוּן זיין בֵּית הַסֹּהַר, 8 און וועט אַרויסקוּמען אָפּצוּנאַרן די גוֹיים, וואָס זענען אין די 4 עקן פוּן דער ערד, גוֹג און מָגוֹג, כּדי זיי צוּנויפצוּזאַמלען אינאיינעם צוּ דער מִלחָמה; זייער צאָל איז ווי דאָס זאַמד פוּן דעם יַם. 9 און זיי זענען אַרויפגעגאַנגען איבּער דער בּרייט פוּן דער ערד און האָבּן אַרוּמגערינגלט דעם לאַגער פוּן די קדוֹשִים און די עִיר האהובה; און אַ אֵש האָט אַראָפּגענידערט פוּן הימל און האָט זיי פאַרצערט. 10 און הַשָׂטָן, וואָס האָט זיי פאַרפירט, איז אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין דעם אֲגָּם פוּן אֵש [דניאל 12:2; ישעיהו 66:24] און שוועבּל, וואוּ אויך די חַיה און דער נָבִיא הַשֶקֶר זענען געווען; און זיי וועלן געפּייניקט ווערן יוֹמם ולַיְלָה לעולמי-עולמים. 11 און איך האָבּ געזען אַ גרויסן ווייסן כִּסא-הכבוד, און דעם, וואָס איז אויף אים געזעסן, פוּן וועמעס פָּנים די ערד און דער שָמַיִם זענען אַנטרוּנען געוואָרן; און עס איז פאַר זיי נישט געפוּנען געוואָרן קיין פּלאַץ. 12 און איך האָבּ געזען די טויטע, די קטנים און די גדולים, שטיין פאַר דעם כִּסא-הכבוד; און ספָרים זענען געעפנט געוואָרן. און אַן אַנדער סֵפר איז געעפנט געוואָרן, וואָס איז דאָס סֶפֶר-הַחַייִם. און די טויטע זענען געמִשפּט געוואָרן אויף דעם סמַך פוּן דעם, וואָס איז געווען געשריבּן אין די ספָרים, לויט זייערע מַעשׂים. 13 און דער יַם האָט אַרויסגעגעבּן די טויטע, וואָס זענען געווען אין אים; און דער טויט און דער שאוֹל-תַּחתִּיה האָבּן אַרויסגעגעבּן די טויטע, וואָס זענען געווען אין זיי. און יעדער איז געמִשפּט געוואָרן לויט זיינע מַעשׂים. 14 און דער טויט און דער שאוֹל-תַּחתּיח זענען אַריינגעוואָרפן געוואָרן אין דעם אֲגָּם פוּן אֵש [דניאל 12:2; ישעיהו 66:24]. דאָס איז המוֶּת השני, דער אֲגָּם פוּן אֵש [דניאל 12:2; ישעיהו 66:24]. 15 און אויבּ עמיצער איז נישט געפוּנען געוואָרן פאַרשריבּן אין דעם סֶפֶר-הַחַייִם, איז ער אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין דעם אֲגָּם פוּן אֵש [דניאל 12:2; ישעיהו 66:24]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |