Revelation 21
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'21

כא און איך האָבּ געזען אַ שָמַיִם חֲדָשִים און אַן אֶרֶץ חֲדָשָה; מחמת דער ערשטער שָמַיִם און די ערשטע ערד זענען פאַרגאַנגען, און דער יַם איז מער נישטאָ. 2 און איך האָבּ געזען די עִיר הקודֶש, אַ נייַ ירוּשָלַיִם, אַראָפּנידערן פוּן דעם הימל ה', אָנגעבּרייט ווי אַ כַּלה, וואָס איז אויסגעפּוּצט פאַר איר מאַן [זען הושע (18)20,(17)19,(14)2:16]. 3 און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל גדול פוּן דעם כִּסא-הכבוד אַרויס, אַזוי צוּ זאָגן: הִנֵּה, דאָס מִשכּן פוּן ה' איז מיט בני אדם, און ער וועט וואוינען מיט זיי, און זיי וועלן זיין זיין עם, און ה' אַליין וועט זיין מיט זיי. 4 און ער וועט אָפּווישן יעדע טרער פוּן זייערע אויגן; און קיין מָוֶת וועט מער נישט זיין, סע וועט אויך נישט זיין קיין טרויער, קיין געוויין, קיין פּיין, מחמת די ערשטע זאַכן זענען פאַרגאַנגען. 5 און דער, וואָס איז געזעסן אויף דעם כִּסא-הכבוד, האָט געזאָגט: הִנֵּה, איך מאַך אַלצדינג נייַ. און ער האָט געזאָגט: שרייבּ, מחמת די דאָזיקע רייד זענען נֶאֱמָנִים און [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמִתִיִים. 6 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: עס איז געשען! איך בּין די אַלֶף און די תָּו, דער אָנהייבּ און דער סוֹף. איך וועל געבּן דעם, וואָס איז דאָרשטיק, פריי פוּן דעם קוואַל פוּן מַיִם חַיִּים. 7 דער, וואָס איז מנַצֵחַ, וועט יַרשענען די דאָזיקע זאַכן; און איך וועל זיין זיין אלוקים, און ער וועט זיין מיין זוּן. 8 אָבּער פאַר די פַּחדָנים, און אוּמגלויבּיקע, און אוּמווערדיקע, און רוֹצחים, און נוֹאפים, און מכַשפים, און געצנדינערס, און אַלע ליגנער -- זייער חֶלֶק וועט זיין אין דעם אֲגָּם, וואָס בּרענט מיט אֵש און שוועבּל. דאָס איז דער 2ער מָוֶת. 9 און עס איז געקוּמען 1 פוּן די 7 מַלאָכים, וואָס האָבּן געהאַט די 7 בּעקנס, וואָס זענען געווען בּאַלאָדן מיט די 7 לעצטע מַכּות, 10 און ער האָט גערעדט מיט מיר, אַזוי צוּ זאָגן: קוּם אַהער, איך וויל דיר ווייזן די כַּלה, דאָס אִשָה פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. און ער האָט אין דעם גייסט מיך אַוועקגעפירט צוּ אַ גרויסן און הויכן הָר, און האָט מיר געוויזן די עִיר הַקֹדֶש ירוּשָלַיִם אַראָפּנידערן פוּן דעם הימל פוּן ה' 11 מיט דער כבוד פוּן ה'; איר ליכטיקייט איז געווען ענלעך צוּ זייער אַ טייערן שטיין, ווי דאָס וואָלט געווען אַ יאַספּיס, קלאָר ווי קריסטאָל. 12 און זי האָט געהאַט אַ גרויסע און הויכע מויער מיט 12 טויערן, און בּיי די טויערן 12 מַלאָכים, און דערויף זענען געווען אָנגעשריבּן נעמען, וואָס זענען די נעמען פוּן די 12 שבָטים פוּן די בּנֵי-יִשׂרָאל. 13 אין מִזרח זענען געווען 3 טויערן, און אין צָפון 3 טויערן, און אין דָרום 3 טויערן, און אין מִַערב 3 טויערן. 14 און די מויער פוּן דער עִיר האָט געהאַט 12 יסוֹדות, און אויף זיי 12 נעמען פוּן די 12 שלִיחים פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. 15 און דער, וואָס האָט גערעדט מיט מיר, האָט געהאַט פאַר אַ מאָס אַ זָהָב רוּט, צוּ מעסטן די עִיר און די טויערן פוּן איר און איר מויער. 16 און די עִיר ליגט 4-עקיג, און די לענג פוּן איר איז אַזוי גָּדוֹל ווי די בּרייט. און ער האָט געמאָסטן די עִיר מיט דער רוּט, 12,000 סטאדיען; די לענג און די בּרייט און די הייך פוּן איר זענען גלייך. 17 און ער האָט געמאָסטן איר מויער, 440 אייֵלן, לויט דער מאָס פוּן אַ בן אדם, דאָס איז, פוּן אַ מַלאך. 18 און דאָס געבּיי פוּן איר מויער איז געווען יאַספּיס, און די עִיר איז געווען זָהָב טָהוֹר, ענלעך צוּ לויטערן גלאָז. 19 די יסוֹדות פוּן דער עִיר-מויער זענען געווען בּאַצירט מיט אַלערליי מִינים טייערע שטיינער: דער 1ער יסוֹד איז יאַספּיס, דער 2ער סאַפּיר, דער 3ער אַגאַט, דער 4ער סמאַראַגד, 20 דער 5ער סאַרדאָניקס, דער 6ער רוּבּין, דער 7ער כריִסאָליט, דער 8ער בּעריִל, דער 9ער טאָפּאַז, דער 10ער כריִזאָפּראס, דער 11ער היִאַצינט, דער 12ער אַמעטיסט. 21 און די 12 טויערן זענען געווען 12 פּערל; יעדער איינער פוּן די פאַרשידענע טויערן איז געווען פוּן איין פּערל; און די גאָס פוּן דער עִיר איז געווען זָהָב טָהוֹר, ווי דוּרכזיכטיק גלאָז. 22 און איך האָבּ אין איר נישט געזען קיין הֵיכל; מחמת ה' אלֹקים, דער א-ל שדַּי, און דאָס שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], זענען איר הֵיכל. 23 און די עִיר האָט נישט נייטיק געהאַט, נישט די שֶמֶש, נישט די לבָנה, צוּ שיינען אויף איר; ווייל די כבוד פוּן ה' האָט זי בּאַלויכטן, און איר אוֹר איז דאָס שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7]. 24 און די אוּמות וועלן גיין אין איר אוֹר, און די מַלְכֵי הָאָרֶץ וועלן אין איר אַרייַנבּרענגען זייער כבוד. 25 און אירע טויערן וועלן מער קיינמאָל נישט פאַרשלאָסן ווערן בּייטאָג -- ווייל דאָרט וועט מער נישט זיין קיין לַיְלָה; 26 און זיי וועלן אַרייַנבּרענגען אין איר די הערלעכקייט און דעם כָּבוד פוּן די אוּמות; 27 און סע וועט אין איר מער קיינמאָל נישט אַרייַנגיין קיין טָמא זאָך, אָדער דער, וואָס טוּט אוּמווערדיקייט און שֶקר, נייערט נאָר די, וואָס זענען פאַרשריבּן אין דעם סֶפֶר-הַחַייִם פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 20
Top of Page
Top of Page