Revelation 22
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'22

כב און ער האָט מיר געוויזן אַ שטראָם פוּן מים חַיים, לויטער ווי קריסטאָל, וואָס איז אַרויס פוּן דעם כִּסא-הכבוד פוּן ה' און פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7], 2 אין דער מיט פוּן איר גאַס. און אויף דער זייט און אויף יענער זייט פוּן דעם שטראָם איז געווען דער עֵץ-הַחַייִם [זען בראשית 2:9,17; 24-3:22], וואָס האָט געטראָגן 12 מִינים פֵּירות, און בּרענגט זיין פרוּכט יעדן חוֹדש; און די בּלעטער פוּן דעם בּוים זענען געווען פאַר דער היילוּנג פוּן די אוּמות. 3 און סע וועט מער נישט זיין קיין קלָלה [זען בראשית 19-3:10]. און דער כִּסא-הכבוד פוּן ה' און פוּן דעם שֶה [שמות 12:3; ישעיהו 53:7] וועט זיין דרינען, און זיינע עבדים וועלן אים דינען; 4 און זיי וועלן זען זיין פָּנים, און זיין נאָמען וועט זיין אויף זייערע שטערנס. 5 און סע וועט מער נישט זיין קיין לַיְלָה, און זיי בּאַדאַרפן נישט קיין אוֹר פוּן קיין לייכטער אָדער פוּן דער שֶמֶש; ווייל ה' אלוקים, וועט זיין זייער אוֹר; און זיי וועלן קיניגן לעולמי עולמים. 6 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: די דאָזיקע רייד זענען נֶאֱמָנִים און [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמִתִיִים. און ה' אלוקים פוּן די גייסטער פוּן די נבִיאים, האָט געשיקט זיין מַלאך צוּ ווייזן זיינע עֶבֶד דאָס, וואָס מוּז בּקָרוב געשען. 7 און הִנֵּה, איך קוּם בּאַלד .אַשְרֵי איז דעם, וואָס איז שומר איבּער די רייד פוּן דער נבוּאה פוּן דעם דאָזיקן סֵפר. 8 און איך, יוֹחָנָן [זען יוחנן 21:25-1:1; יוחא 5:21-1:1; יוחב 13-1:1; יוחג 15-1:1], בּין דער, וואָס האָט געהערט און געזען די דאָזיקע זאַכן. און ווען איך האָבּ געהערט און געזען, בּין איך אנידערגעפאלן זיך פאַר די רגלים פוּן דעם מַלאך, וואָס האָט מיר דאָס געוויזן. 9 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: דוּ זאָלסט עס נישט טאָן! איך בּין אַ מיטקנעכט מיט דיר און מיט דיינע אַחִים די נבִיאים, און מיט די, וואָס זענען שומר איבּער די רייד פוּן דעם דאָזיקן סֵפר. צוּ ה' שחה! 10 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: פאַרחַתמע נישט די רייד פוּן דער נבוּאה פוּן דעם דאָזיקן סֵפר; ווייל די צייט איז נאָענט. 11 דער, וואָס איז אוּמגערעכט, זאָל ער ווייטער טאָן אוּמגערעכטיקייט; און דער, וואָס איז טָמא, לאָז ער ווייטער זיך מטַמא זיין; און דער, וואָס איז אַ צַדיק, לאָז ער טאָן צדקות; און דער, וואָס איז הקָּדוֹש, שֶיִתְקַדֵּש עוֹד. 12 הִנֵּה, איך קוּם בּאַלד, און מיין שׂכַר איז מיט מיר, צוּ פאַרגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מַעשׂים. 13 איך בּין די אַלֶף און די תָּו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אָנהייבּ און דער סוֹף. 14 אַשְרֵי איז די, וואָס וואַשן זייערע קיטלען, כּדי זיי זאָלן האָבּן רשוּת צוּ דעם עֵץ-הַחַייִם, און זאָלן אַרייַנגיין דוּרך די טויערן אין דער עִיר אַריין. 15 דרויסן זענען די כּלָבים, און די מכַשפים, און די נוֹאפים, און די רוֹצחים, און די געצנדינער, און יעדער איינער, וואָס דאָט ליבּ און גיט זיך אָפּ מיט שֶקֶר. 16 איך, יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], האָבּ געשיקט מיין מַלאך צוּ אייך מיט דעם דאָזיקן עֵדות פאַר די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. איך בּין דער שוֹרֶש [ישעיהו 53:2; סנהדרין ב93] און דער צמח [זען זכריה 12-6:11; 3:8; עזרא 3:8; ישעיהו 11:1; ירמיהו 6-23:5] פוּן דוִדן [ישעיהו 11:1; לוקס 3:31; זען מתי 1:6!], דער גלאַנצנדיקער מאָרגנשטערן. 17 און דער גייסט און די כַּלה זאָגן: קוּם. און דער, וואָס הערט, לאָז ער זאָגן: קוּם. און דער, וואָס איז דאָרשטיק, לאָז ער קוּמען; דער, וואָס וויל, לאָז ער נעמען פריי דאָס מים חַיים. 18 איך זאָג עֵדות יעדן איינעם, וואָס הערט די רייד פוּן דער נבוּאה פוּן דעם דאָזיקן סֵפר: אויבּ עמיצער וועט מערן צוּ זיי, דעם וועט ה' מערן די מַכּות, וואָס זענען פאַרשויבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר; 19 און אויבּ עמיצער וועט מינערן פוּן די רייד פוּן דעם סֵפר פוּן דער דאָזיקער נובוּאה, דעם וועט ה' מינערן זיין חֶלֶק פוּן דעם עֵץ-הַחַייִם און פוּן דער עִיר הַקֹּדֶש, וואָס זענען פאַרשריבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר. 20 דער, וואָס זאָגט עדות אויף די דאָזיקע זאַכן, זאָגט: כֵּן, איך קוּם בּאַלד. אַמֵן, קוּם הָאָדוֹן יהושע/ישוע! 21 דער חֶסֶד הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1; ישעיהו 7:14; דניאל 14-7:13; משלי 30:4; תהלים 33:6; 107:20; ישעיהו 52:13-53:12] יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] זאָל זיין מיט אייך אַלע. אָמֵן.

בסד

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 21
Top of Page
Top of Page