Philippians 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
פיל'

פיל'1

א רַב שָאוּל און טִימוֹתֵיאוֹס, עבדים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, צוּ אַלע קדוֹשִים אין רבּי מלך המשיח יהושע/ישוע וואָס זענען אין פיליפּי, מיט די מַשגיחים און כּלי-קודש שמשים. 2 חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פוּן ה', אלוקים אָבִנוּ, און פון הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 3 איך זאָג ברוך ה' און מוֹדֶה אֲנִי אלוקים שלי ווען איך דערמאָן מיך אין אייך, 4 און תָּמיד אין אַלע מיינע דאַווענענדיק פאר אייך אלעמען, מאַכ איך מיין געבּעט אין מיין תּפלות מיט שִׂמְחָה, 5 פאַר אייער דבקות ה' שׁוּתּפים אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, פוּן דעם ערשטן יוֹם אָן בּיז איצט. 6 און איך בּין בּטוּחַ אין אָט-דעם, אַז דער [ה'], וואָס האָט אָנגעהויבּן אין אייך אַ הַפְּעֻלָּה הַטּוֹבָה, וועט עס פאַרענדיקן בּיז דעם יוֹם הַמָשיחַ יהושע/ישוע. 7 ווי עס איז רעכט פאַר מיר דאָס דאָזיקע צוּ דענקען וועגן אייך אַלע, ווייל איך טראָג אייך אין מיין לֵב, ווייל סיי אין מיינע קייטן, און סיי אין דער דבר פאַרטיידיקוּנג און בּאַפעסטיקוּנג פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה', זענט איר אַלט חַבֵרים מיט מיר פוּן חֶסֶד. 8 מחמת ה' איז מיין אֵדות, ווי איך בּענק נאָך אייך אַלע אין דער בּאַרעמהאַרציקייט פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 9 און דאָס בּין איך דאווענען , אַז אייער אַהֲבָה זאָל זיך כְּסֵדֶר פאַרמערן אין דַּעַת און אין אַלע בינה, 10 כּדי איר זאָלט האבּן דַּעַת פון די זאַכן, וואָס זענען אויסגעצייכנט, און כּדי איר זאָלט זיין ערלעך און אָן אַ מכשול בּיז צוּ דעם יוֹם המָשיחַ, 11 אָנגעפילט מיט די פְּרִי צדקות, וועלכע איז דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, צוּ דעם כָּבוד און לויבּ פוּן ה'. 12 און איך וויל אַז איר זאָלט וויסן, אַחִים במשיח, אַז דאָס, וואָס האָט זיך געטראָפן מיט מיר, איז גראָד אויסגעפאַלן פאַר דעם התקדמות [זען רומ' 8:28] פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה', 13 אַזוי, אַז מיינע קייטן זענען אַנטפּלעקט געוואָרן אין רֶבּי מלך המָשיחַ בּיי דער כל אַנְשֵי מִשְמַר פון קסר [נרון קסר = נ (50) + ר (200) + ו (6) + ן (50) + ק (100) + ס (60) + ר (200) = 666, זען התג' 13:18], און בּיי אַלע איבּעריקע, 14 און אַז דאָס רוֹב פון די אחים במשיח, ווייל זיי זענען פאַרזיכערט אין הָאָדוֹן דוּרך מיינע קייטן, זענען אַ סַך מער מוּטיק צוּ רעדן דאָס דָּבָר ה' אָן מוֹרא. 15 כֵּן, עטלעכע דַרשענען אַפילו רֶבּי מלך המָשיחַ צוּליבּ קִינאה און פּאָלעמיק, און עטלעכע אויך פוּן גוּטן ווילן דרשענען. 16 די לעצטע טוּען עס פוּן אַהֲבָה, ווייל זיי ווייסן, אַז איך בּין מֻפְקָד פאַר דער דבר הֲגַנַּה פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה'; 17 די אַנדערע אָבּער דַרשענען רֶבּי מלך המָשיחַ פוּן קינה-שׂינה, נישט אויפריכטיק, צילנדיק צוצולייגן אַ צרה צו מיינע קייטן. 18 דערפאר וואָס? נאָר על כל פּנים, צי לפָּנים, אָדער בּאֶמת, רֶבּי מלך המָשיחַ ווערט געדַרשנט. און אין דעם פריי איך מיך, און וועל מיך נאָך פרייען. 19 וואָרעם איך ווייס, אַז דאָס וועט אויספאַלן צוּ מיין ישוּעה, דוּרך אייער דאווענענדיק און דורך דער הילף פוּן דעם רוּחַ פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען מהש 16:7], 20 לויט מיין ערנסטער דערוואַרטוּנג און תִּקְוָה, אַז אין גאָרנישט זאָל איך פאַרשעמט ווערן, נאָר מיט יעדער מוּטיקייט, ווי אַלעמאָל, אַזוי אויך איצט, וועט רֶבּי מלך המָשיחַ פאַרהערלעכט ווערן אין מיין גוּף, סיי דוּרך חיים סיי דוּרך מָוֶת. 21 וואָרעם פאַר מיר - איז מָשיחַ דאס לעבּן, און דאס שטארבּן -- אַ געווינס. 22 נאָר אויבּ צוּ לעבּן אין דעם גוּף - אויבּ דאָס זאָל בּרענגען פּרוּכט פוּן מיין אַרבּעט, יעמאָלט ווייס איך נישט וואָס אויסצודערוויילן. 23 און פון בּיידע זייטן בּין איך אין אַ פאַרלעגנהייט, האָבּנדיק דעם פארלאַנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט מָשיחַן, ווייל עס איז פיל בּעסער; 24 דאָך צוּ בּלייבּן אין דעם גוּף, איז פיל נייטיקער פאַר אייַערטוועגן. 25 און דאָס דאָזיקע ווייס איך גאַנץ געוויס, אַז איך וועל פאַרבּלייבּן מיט אייך אַלעמען, פאַר אייער התקדמות און שִׂמְחָה אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, 26 כּדי דוּרך מיין קוּמען צוּ אייך נאָכאַמאָל אייער שִׂמְחַה אין רֶבּי מלך המשיח יהושע/ישוע זאָל פארמערט ווערן. 27 נאָר זאָל אייער לעבּנסשטייגער זיין ווערדיק דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, כּדי, צי איך קוּם און זע אייך, אָדער איך וועל זיין אָפּוועזנד, זאָל איך הערן פוּן אייער שטאַנד, אַז איר שטייט פעסט אין רוּחַ אַחַת, און נלחמים מיט לב אֶחָד פאַר דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה', 28 און אַז איר האָט אין גאָרנישט מוֹרא פאַר די קעגנער, וואָס איז אַ קלאָרער מופת פוּן זייער אבַדּוֹן, און אויך פוּן אייער ישוּעת אלוקינו, און דאָס איז פוּן ה'. 29 ווייל צו אייך איז געגעבּן געוואָרן, נישט נאָר צוּ גלויבּן אין רֶבּי מלך המָשיחַ, נאָר אויך צוּ ליידן פוּן זייַנעטוועגן, 30 האָבּנדיק דעם זעלבּן מַאֲבָק, וואָס איר האָט געזען אין מיר, און הערט איצט צוּ זיין אין מיר.
THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Ephesians 6
Top of Page
Top of Page