Orthodox Hasidic Yiddish Bible אפס'6 ו יְלָדים, געהאָרכט אייערע הוֹרים בּמָרַן; וואָרעם דאָס איז רעכט. 2 גיבּ אָפּ כָּבוד דיין אָב און אֵם -- דאָס איז די ערשטע מצוה מיט אַ הַבטָחה -- 3 כּדי סע זאָל דיר גיין וואויל, און דוּ זאָלסט לאַנג לעבּן אויף דער ערד [דברים 5:16]. 4 און איר, אבות, דערצערנט נישט אייערע בּנים, נייערט דערציט זיי אין מוּסר און תוֹכַחַה פוּן הָאָדוֹן. 5 עבדים, געהאָרכט די, וואָס זענען לויט דעם פלייש אייערע האַרן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאַכקייט פוּן אייער לֵב, ווי צוּ רֶבּי מלך המָשיחַ; 6 דינענדיק נישט אויף דעם אוֹפן פוּן דינען לפָּנים, ווי די, וואָס ווילן געפעלן ווערן בּני אדם, נייערט ווי עבדים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, וואָס טוּען פוּן לבָבוֹת דעם רָצון ה', 7 צוּ טאָן די אַרבּעט מיט חַפֶץ לֵב, ווי פאַר הָאָדוֹן, און נישט פאַר בּני אדם, 8 ווייל איר וויסט, אַז וואָסער גוּטס יעדער איינער טוּט, דאָס זעלבּע וועט ער קריגן צוּריק פוּן הָאָדוֹן, סיי ער איז אַ עֶבֶד, אָדער פריי. 9 און איר, האַרן, טוּט דאָס זעלבּע פאַר זיי, און פאַרמיידט דאָס דראָען ווייל איר וויסט, אַז דער, וואָס איז סיי זייער אָדוֹן און אייערער, איז אין שָמַיִם, און בּיי אים איז נישטאָ קיין נוֹשׂא-פָּנים זיין מענטשן. 10 צוּם סוֹף, ווערט שטאַרק אין הָאָדוֹן, און אין דעם כֹּחַ פוּן זיין גבוּרה. 11 טוּט אָן דעם גאַנצן כְּלֵי-נֶשֶק פוּן ה', כּדי איר זאָלט זיין בִּיכוֹלֶת בּייַצוּשטיין די כיטרעקייטן פוּן הָשָׂטן. 12 ווייל מִלְחַמְתֵּנוּ איז נישט קעגן בשר ודם, נייערט קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די עוֹלם הַזֶּה-הערשער פוּן דער דאָזיקער חֹשֶךְ, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע מקוֹמות. 13 דערפאר, נעמט אויף אייך דעם מְלוֹא כְּלֵי-נֶשֶק פוּן ה', לְמַעַן איר זאָלט זיין בִּיכוֹלת לְהִתְנַגֵּד אין דעם יוֹם הָרָע, און, האָבּנדיק אלץ געטון, צוּ בּלייבּז שטיין. 14 דערפאר, זאָלט איר שטיין מיט אייערע לענדן אַרומגעגאַרטלט מיט אֶמת, און האָבּן אָנגעטאָן די חֵיק-שִריוֹן פוּן צדקות, 15 און האָבּן בּאַשוּכט אייערע רגלים מיט גרייטקייט פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן שָלום. 16 און איבּער אַלעם נעמט דעם שילד פוּן אֶמוּנה, מיט וועלכן איר וועט זיין בִּיכוֹלת צוּ פאַרלעשן אַלע פייַעריקע פייַלן פוּן דעם בּייזן (שטן). 17 און נעמט דעם כּוֹבַע פוּן דער ישועת אלוקינו, און די חֶרֶב פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס איז דאָס דָּבָר ה'. 18 זייט תָּמיד דאווענען אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, מיט תפילות און תחנונים. און צו דעם צוועק וואַכנדיק מיט יעדער התמדה און בּקָשה פאַר אַלע קדוֹשִים, 19 און פאר מייַנעטוועגן, אַז מיר זאָל געגעבּן ווערן דאָס דָּבָר בּיים עפענען מיין מויל, כדי מיט אַ פּתחון פּה מגלה-צו-זיין דעם סוד פון דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, 20 פאַר וועלכער איך בּין אַ שלִיח אין קייטן; און כּדי איך זאָל רעדן מוּטיק, ווי עס איז מיין חוב. 21 און כּדי אויך איר זאָלט וויסן וואָס מיט מיר געשעט און וואָס איך טוּ, וועט טִיכִיקוֹס [זען קול' 9-4:7], דער בּאַליבּטער אָח במשיח און געטרייער משרת פוּן הָאָדוֹן, אייך מוֹדִיע זיין אַלץ. 22 אים האָבּ איך געשיקט צוּ אייך טאַקע צוליבּ דעם דאָזיקן, כּדי איר זאָלט וויסן ווי סע גייט אוּנדז, און כּדי ער זאָל טרייסטן אייערע לְבָבוֹת. 23 שָלום צוּ די אחים במשיח, און אַהֲבַה מיט [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן ה', אלוקים הָאָב, און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 24 חֶסֶד זאָל זיין מיט אַלע די, וואָס האָבּן ליבּ אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע מיט אַן אוּמפאַרדאַרבּלעכער אַהֲבָה. אמן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |