Orthodox Hasidic Yiddish Bible אפס'5 ה גייט דעריבּער אין די דרָכים פוּן ה', ווי בּאליבּטע יְלָדים, 2 און לעבּט אין אַהֲבָה, ווי מָשיחַ האָט אויך אייך ליבּ געהאָט, און האָט זיך מַקריב געווען פאַר אוּנדזערטוועגן, אַ קָרבּן און אַ זֶבַח פאַר אַ רֵיחַ-ניחוֹחַ צוּ ה'. 3 אָבּער זנוּת, און יעדע טוּמאה, אָדער חַמְדָנוּת, זאָל אַפילו נישט דערמאָנט ווערן בּיים נאָמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאַר קדוֹשִים; 4 נישט קיין נבּול-פּה, נישט קיין נאַרישע רייד, אָדער צוויידייטיקע וויצן, וואָס זענען נישט פּאַסיק, נייערט טוּט ליבּער הוֹדָיָה. 5 וואָרעם דאָס זאָלט איר וויסן, אַז קיין נוֹאף, אָדער אוּמריינער, אָדער געלט-גייַציקער מענטש, וואָס איז ווי עבוֹדָה זָרָה, האָט נישט קיין שוּם נַחלה אין דעם מַלכות פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ און ה'. 6 זאָל אייך קיינער נישט פאַרפירן מיט פּוּסטע רייד; וואָרעם דורך די דאָזיקע זאַכן קוּמט דער זַעַם פוּן ה' [זען רומ' 1:18] אויף די בְּנֵי הַמֶרִי. 7 האָט דערפאר נישט קיין מַגע-וּמַשׂא מיט זיי. 8 וואָרעם אַמאָל זענט איר געווען חֹשֶךְ, איצט אָבּער זענט איר אוֹר אין הָאָדוֹן; לעבּט ווי בּני האוֹר -- 9 וואָרעם די פּרוּכט פוּן דעם אוֹר איז אין יעדער גוּטסקייט און צדקה און אֶמת -- 10 און פּרוּאווט וואָס וואָס עס איז וואוילגעפעלן פאַר הָאָדוֹן. 11 און פירט נישט קיין חברותאשאַפט מיט די אוּמפרוּכפּערדיקע מַעשׂים פוּן חֹשֶךְ, נאָר ליבּער זאָלט איר זיי שטראָפן; 12 וואָרעם עס איז אפילו אַ חרפּה צו רעדן פון דעם, וואָס זיי טאן אין פאַרבּאָרגעניש. 13 און אַלץ, וואָס ווערט געשטראָפט פונם אוֹר, ווערט אַנטפּלעקט, ווייל אַלץ, וואָס ווערט נִתגַלה, איז ליכטיקייט. 14 דערפאר זאָגט ער : וואך אויף, דוּ, וואָס טוּסט שלאָפן, און שטיי אויף פוּן די טויטע, און מָשיחַ וועט לייכטן אויף דער [זען ישעיהו 60:1]. 15 עַתָּה שִׂימוּ לִבְּכֶם דערפאר וויאַזוי איר לעבּט, נישט ווי נאראָנים, נאָר ווי חַכָמים; 16 אויסקויפנדיק די צייט, ווייל די טעג זענען שלעכט. 17 זייט דערפאר נישט קיין נאַראָנים, נייערט האָבן דַּעַת פון דער רָצון פוּן הָאָדוֹן. 18 און שִיכּורט אייך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז פריצות; נייערט ווערט פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; 19 רעדט איינער צוּם אַנדערן מיט שירוֹת און תִּשבָּחות און רוחניותדיקע נגוּנים, און זינגט און שפּילט אין אייערע לְבָבוֹת צוּ ה'; 20 גיט תָּמיד פאַר אַלצדינג אַ בּרוּך ה' צו אלוקים אָבִינוּ בּשם אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 21 זייט אוּנטערטעניק איינער דעם אַנדערן אין דער יראת הַמָשיחַ. 22 נָשים, זייט אוּנטערטעניק צוּ אייערע אייגענע מענער, ווי צוּ הָאָדוֹן. 23 ווייל דער מאַן איז דער קאָפּ פוּן דעם אִשָה, ווי מָשיחַ איז דער קאָפּ פוּן דער ברית החדשה קהִילה, און אויך דער גוֹאֵל פוּן דעם גוּף. 24 נאָר ווי די משיחס ברית חדשה קהִלָּה איז אוּנטערטעניק צוּ מָשיחַ, אַזוי זאָלן אויך די נָשים זיין אין אַלצדינג צוּ זייערע מענער. 25 מענער, האָט ליבּ אייערע נָשים, ווי אויך רבי מֵלך המָשיחַ האָט ליבּ געהאַט די ברית החדשה קהִילה, און האָט זיך פאַר איר מַקריב געווען, 26 כּדי ער זאָל זי מקַדש זיין, האָבּנדיק זי טהור-געמאַכט דוּרך דער מקוה מים טבילה פון וואַסער מיט דעם דָּבָר [ה', זען יוחנן 3:5], 27 כּדי ער זאָל פאַר זיך פאָרשטעלן די ברית החדשה קהִילה אַ הערלעכע, וואָס האָט נישט קיין פלעק אָדער קנייטש אָדער עפּעס דאָס גלייכן, נייערט אַז זי זאָל זיין קְדוֹשָה און אָן אַ מוּם. 28 אויך אַזוי זענען די מענער מחויב ליבּ צו האָבּן זייערע נָשים ווי זייער אייגן בָּשָׂר [זען בראשית 2:24], דער, וואָס האָט ליבּ זיין אייגן אִשָה, האָט ליבּ זיך אַליין; 29 וואָרעם קיינער האָט קיינמאָל נישט פיינט זיין אייגן בָּשָׂר, נייערט ער שפּייזט עס און פלעגט עס אַזוי, ווי אויך רֶבּי מלך המָשיחַ די ברית החדשה קהִילה; 30 ווייל מיר זענען אֵברים פוּן זיין בָּשָׂר [זען מהש 9:4]. 31 דערפאַר וועט אַ מענטש פאַרלאָזן זיין אָב און אֵם, און זיך בּאַהעפטן מיט זיין אִשָה, און די 2 זאָלן ווערן בָּשָׂר אֶחָד [זען בראשית 2:24; מתי 28:19]. 32 הָרָז הַזֶּה איז גָּדוֹל; איך רעד אָבּער אין שייַכות מיט רֶבּי מלך המָשיחַ און דער ברית החדשה קהִילה. 33 על-כּן, זאָל יעדער איינער פוּן אייך ליבּ האָבּן זיין אייגן אִשָה אַזוֹיווי זיך אַליין; און זאָל דאָס אִשָה מוֹרא האָבּן, ערעפורכט האָבּן, פאַר איר בַּעַל. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |