Ephesians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
אפס'4

ד דערפאר בּעט איך אייך, דער געפאַנגענער אין הָאָדוֹן, אַז איר זאָלט לעבּן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געוואָרן, 2 מיט יעדער הַכנָעה און עַנִיוות, מיט סבלנות צוּ פאַרטראָגן איינער דעם אַנדערן אין אַהֲבָה, 3 און זייט פלייסט אייך אָפּצוּהיטן די אַחדות פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש אין דעם אֲגֻדַּת הַשָלוֹם. 4 עס איז פאַראַן גוּף אֶחָד, און רוּחַ אַחַת, אַזוֹיווי איר זענט אויך בּאַרוּפן געוואָרן אין תִּקְוָה אַחַת פוּן אייער בּאַרוּף, 5 אָדוֹן אֶחָד, [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אַחַת, מקוה מים טבִילה אַחַת, 6 אלוקים אֶחָד און אלוקים הָאָב פוּן אַלעמען, וועלכער איז איבּער אלעמען, און דוּרך אַלעמען, און אין אַלעמען. 7 נאָר יעדן מענטש פוּן אוּנדז איז דער חֶסֶד געגעבּן געוואָרן לייט דער מאָס פוּן דער מַתָּנה פוּן מָשיחַ. 8 דערפאר זאָגט ער: ווען ער איז אַרויפגעגאַנגען אין דער הייך, האָט ער געפאַנגענשאַפט גענומען געפאַנגען, און געגעבּן מַתָּנות צוּ מענטשן [תהלים 68:19]. 9 און דאָס ער איז אַרויפגעגאַנגען, וואָס מיינט עס אויבּ נישט אַז ער איז אויך אַראָפּגעגאַנגען אין די אוּנטערשטע טיילן פוּן דער ערד? 10 דער, וואָס איז אַראָפּגענידערט, איז אויך דער דאָזיקער, וואָס איז אַרויפגעשטיגן הויך איבּער אַלע הימלען, כּדי ער זאָל ממַלא זיין אַלץ. 11 און ער האָט טייל געמאַכט פאַר שלִיחים, און טייל נבִיאים, און טייל קֵרוּב מבַשׂרים, און טייל משגיחים וואָס זענען פאַר רוֹעִים און רַבָּנִי מוֹרים, 12 צו דער שלֵימות פוּן די קדוֹשִים, פאַר דעם עבודת קודש שרוּת, פאַר דער אויפבּויאוּנג פוּן דעם גוּף פוּן מָשיחַ [זען מהש 9:4], 13 בּיז מיר אַלע וועלן דערגרייכן די אַחדות פוּן דער [ארטאדאקסיש יידש] אֶמוּנה, און די דערקענטעניש פוּן דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, צוּ הָאָדָם הַשָּלֵם, צוּ דער מאָס פוּן דעם וואוּקס פוּן פוּלקייט פון משיח; 14 כּדי מיר זאָלן מער נישט זיין קיין יְלָדים, פון כוואַליעס געשטויסן און אַרומגעטראָגן פון יעדן ווינט פוּן לערנוּנג, דוּרך דער עָרְמָה פוּן בּני אדם, אין עָרְמָה, לויט דער כיטרעקייט פוּן בּאַטרוג צו פאַרפירן; 15 נייערט צוּ רעדן דעם אֶמת אין אַהֲבָה, און וואַקסן אין אַלעם אין אים, וואָס איז דער ראָש, מָשיחַ, 16 פוּן וועמען דער גאנצער גוּף, זייענדיק צוּנויפגעשטעלט און צוּזאַמענגעפלאָכטן, דוּרך אַלע געלענקען, וואָס יעדער אֵבר העלפט דאָס אַנדערע, וואָס לויט דעם כח אין מאָס פון יעדן אבר בּאַזונדער, מאַכט וואַקסן דעם גוּף, זיך אויפצובּויען אין אַהֲבָה. 17 דאָס דאָזיקע זאָג איך דערפאר, און אייך זאָג עֵדות אין הָאָדוֹן, אַז איר זאָלט מער נישט לעבּן ווי סע לעבּן די גוֹיים; בְּהַבְלֵי שִׂכְלָם, 18 וועלכע איז פאַרפינצטערט אין זייער פאַרשטענדעניש, פאַרפרעמדט פוּן דעם חַיֵּי ה', צוּליבּ דער אוּמוויסן, וואָס איז אין זיי, צוּליבּ דער פאַרהאַרטוּנג פוּן זייער לֵב, 19 האָבּנדיק פאַרלוירן יעדעס געפילן, האָבּן זיי זיך איבּערגעגעבּן צו תַּאווה, צוּ טאָן יעדע אוּמזויבּערקייט מיט גיִריקייט. 20 איר אָבּער האָט רֶבּי מלך המָשיחַ נישט אַזוי געלערנט! 21 אויבּ איר האָט בּאֶמת פוּן אים געהערט, און זענט אין אים געלערנט געוואָרן, ווי דער אֶמת איז אין יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], 22 זאָלט איר אָפּטאָן דאָס, וואָס איז נוֹגֵע אייער פריערדיקן לעבּנסשטייגער, הָאָדָם הַיָּשָן, וועלכער ווערט פאַרדאָרבּן דוּרך די תַּאוות פוּן אָפּנאַרעריי, 23 וּלְהִתְחַדּש אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן אייער שֵׂכֶל, 24 און אָנטאָן הָאָדָם הֶחָדָש, וואָס איז בּאַשאַפן געוואָרן כִּדְמוּת אלוקים [בראשית 1:26] אין צדקות און קדוּשה פוּן אֶמת. 25 דערפאר זאָלט איר אָפּטאָן שקר, און רעדט דעם אֶמת יעדער איינער מיט זיין חַבר, ווייל מיר זענען אֵברים איינער פוּן אַנדערן. 26 זייט בּרוֹגז, און זינדיקט נישט; זאָל די שֶמֶש נישט אוּנטערגיין אויף אייער רוֹגז; 27 און גיט אויך נישט קיין פּלאַץ פאַר הָשָׂטן. 28 זאָל דער, וואָס האָט געגַנבעט, מער נישט גַנבענען, נייערט זאָל ער ליבּער אַרבּעטן, און טאָן גוּטס מיט זיינע אייגענע הענט, כּדי ער זאָל האָבּן וואָס צוּ געבּן דעם, וואָס האָט נויט. 29 זאָל קיין לָשוֹן הָרָע נישט אַרויסקוּמען פוּן אייער מויל, נייערט נאָר דאָס, וואָס עס איז נייטיק פאַר דער אויפבּויאוּנג, כּדי עס זאָל צוּגעבּן חֵן צוּ די, וואָס הערן. 30 און זייט נישט מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה', אין וועמען איר זענט פאַרחַתמעט געוואָרן בּיז דעם יוֹם הגאוּלה. 31 זאָל יעדע בּיטערקייט, און כַּעס, און צאָרן, און געשריי, און חילוּל-השם אָפּגעטאָן ווערן פוּן אייך, מיט יעדער רשעות. 32 און זייט טוֹב איינער צוּם אַנדערן, דערבּאַרעמדיק, זייט מוֹחל איינער דעם אַנדערן, ווי אויך ה' האָט אייך מוֹחל געווען אין רֶבּי מלך המָשיחַ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Ephesians 3
Top of Page
Top of Page