Orthodox Hasidic Yiddish Bible פיל'2 ב דערפאר, אויבּ סע איז פאַראַן אַ טרייסט אין רֶבּי מלך המָשיחַ, אויבּ אַ נחָמה פוּן אַהֲבָה, אויבּ אַ חברותאשאפט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אויבּ רחמים און בּאַרמהערציקייט, 2 מאַכט פוּל מיין שִׂמְחָה, אַז איר זאָלט זיין פוּן דעם זעלבּן דַּעַת, און האָבּן די זעלבּע אַהֲבָה, און זיין פוּן כַּוָּנָה אחד, און פוּן מַחשָבה אחת. 3 טוּט גאָרנישט דוּרך מַחלוֹקֶת, אָדער פּוסטער גַאווה, נאָר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אַנדערן ווי בּעסער פוּן זיך אַליין; 4 און קוּקט נישט איטלעכער נאָר אויף זיין אייגנס, נייערט אויך אויף דעם אַנדערנס. 5 האָט די זעלבּע מַחשָבה, וואָס איז אויך געווען אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 6 וועלכער, הַגַם ער איז געווען אין דער געשטאַלט פוּן אלוקים, האָט עס נישט בּאַטראכט פאר אַ חזקה פעסטצוהאַלטן גלייך צו זיין צו אלוקים [זען פלח אין דניאל 3:18; 14-7:13, פלח, צו טאָן יראת הכּבוד צו ג-טהייט, וואָס איז משיח בַּר אֱנָש, נאָר וואָס איז נישט אַן אֱלִיל], 7 נייערט האָט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאָס געשטאַלט פוּן אַן עֶבֶד, און איז געוואָרן אין דער גלייַכקייט פוּן בן אדם; 8 און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פאָרם, האָט ער זיך נידריק געמאַכט און איז געוואָרן געהאָרכזאַם בּיז צוּם מָוֶת, כֵּן, דעם הסתלקות אויף דעם בּוים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ]. 9 דערפאר האָט אים אויך ה' שטאַרק דערהויבּן, און אים געגעבּן דעם נאָמען, וואָס איז העכער איבּער יעדן נאָמען, 10 כּדי אין דעם נאָמען פוּן יהושע/ישוע זאָל זיך בּייגן יעדע קני אין שָמַיִם און אויף דער ערד און אוּנטער דער ערד, 11 און יעדע צוּנג זאָל מוֹדה זיין, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז מָרֵי עָלְמָא (אָדוֹן עוֹלָם), פאַר דעם כָּבוד פוּן ה', אלוקים הָאָב. 12 על-כּן, מיינע בּאליבּטע, ווי איר זענט תָּמיד געווען געהאָרכזאַם, נישט נאָר אין מיין אָנוועזנהייט בּיי אייך, נאָר פיל מער איצט, אין מיין אָפּוועזנהייט, אַזוי ארבּעט אויס אייער אייגענע ישוּעת אלוקינו מיט יראה און ציטערניש; 13 וואָרעם דאָס איז ה', וואָס ווירקט אין אייך, סיי צוּ וועלן און סיי צוּ טאָן, לויט זיין וואוילגעפעלן. 14 טוּט אַלץ אָן מורמלען און וויכחים, 15 כּדי איר זאָלט זיין אָן שולד און אָן פאַלשקייט, יְלָדים פוּן ה', אָן אַ מוּם אין דער מיט פוּן אַ פאַרקרומטן און אַ פאַרדאָרבּענעם דוֹר, צווישן וועמען איר טוּט שיינען ווי ליכטער אין דער עוֹלם הַזֶּה, 16 און האַלט פעסט דאָס דָּבָר הַחַיים, כּדי איך זאָל מיך האָבּן מיט וואָס צוּ רום אין דעם יוֹם המָשיחַ, אַז איך בּין נישט געלאָפן אוּמזיסט, און האָבּ מיך אויך נישט געפּראַצעוועט אוּמזיסט. 17 און אויבּ אַפילו איך ווער אויסגעגאָסן ווי אַ נֶסֶך אויף דעם קָרבּן און עבודת קודש פון אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, פריי איך מיך, און בּין מיך אויך משַמֵחַ מיט אייך אַלע. 18 און איבּער דעם דאָזיקן זאָלט איר זיך אויך פרייען, און זיך משַמֵחַ זיין מיט מיר. 19 איך האָף אין הָאָדוֹן יהושע/ישוע, צוּ שיקן צוּ אייך אין גיכן טִימוֹתֵיאוֹס, כּדי איך זאָל זיך אויך פילן בּאַרואיקט, ווען איך וועל וויסן ווי סע גייט אייך. 20 וואָרעם איך האָבּ נישט קיינעם וואָס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאָל ווירקלעך פאַר אייך זאָרגן. 21 וואָרעם אַלע זוּכן זייערע אייגענע עסקים, נישט דאָס, וואָס איז שייך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 22 איר אָבּער ווייסט זיין אויסגעפּרוּאווטקייט, אַז ווי אַ יֶלֶד מיט אַן אָב, אַזוי האָט ער געדינט מיט מיר אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה. 23 איך האָף דעריבּער אים אַרויסצוּשיקן, אַזוי גיך ווי איך וועל זען וואָס מיט מיר וועט געשעען; 24 און איך האָבּ בּטחון בָּאָדוֹן, אַז איך אַליין וועל אויך בּאַלד קוּמען צו אייך. 25 איך האָבּ אָבּער געהאַלטן פאַר נייטיק צוּ שיקן צו אייך אֶפַּפְרוֹדִיטוֹס, מיין אָח [במשיח] און מיטאַרבּעטער און מיטקעמפער, און אייער שלִיח און מְשָרֵת אין מיין נויט, 26 ווייל ער האָט געבּענקט נאָך אייך אַלע, און זיך שטאַרק מצַער געווען צוליבּ דעם, וואָס איר האַט געהערט, אַז ער איז קראַנק געווען. 27 וואָרעם ער איז טאַקע געווען טויטקראַנק; אָבּער ה' האָט זיך מרחם געווען אויף אים, און נישט נאָר אויף אים אַליין, נייערט אויך אויף מיר, כּדי איך זאָל נישט האָבּן צַער אויף צַער. 28 איך האָבּ אים דערפאר מער איילנדיק געשיקט, כּדי איר וועט אים ווידער אַמאָל זען, זאָלט איר אייך פרייען, און איך זאָל אויך האָבּן ווייניקער צַער. 29 זייט אים דערפאר מקַבּל-פּנים אין הָאָדוֹן מיט דער יעדער שִׂמְחָה; און טיילט צו כּבוד אַזעלכע מענטשן, 30 ווייל צוליבּ דעם עבודת קֹדש ווערק פוּן מָשיחַן איז ער געווען נאָענט צוּם מָוֶת על קידוש ה', מְסִירוּת נֶפֶש ריזיקירנדיק מיטן לעבּן כדי צו דערפילן דאָס, וואָס האָט געפעלט אין אייער בּאַדינוּנג פאַר מיר. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |