Philemon 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
פילִימוֹן

פילִימוֹן1

א רַב שָאוּל, אַן אַרעסטאַנט פוּנוועגן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און טִימוֹתֵיאוֹס דער אָח בּמשיח, צוּ פילִימוֹן הָאָהוּב חֲבֵרֵנוּ לָעֲבוֹדָת קֹדֶש, 2 און צוּ אַפִּיָה אָחוֹתֵנוּ בּמשיח, און צוּ אַרכִיפּוֹסן, אוּנדזער מיטזעלנער [זען טימבּ 2:3], און צוּ משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין דיין בֵּית: 3 חֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום ה', פון אלוקים אָבִינוּ, און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 4 איך זאָג ברוך ה' תָּמיד, ווען איך דערמאָן דיך אין דאַווענענדיק תּפִילות, 5 ווייל איך האָבּ געהערט פוּן דיין אַהֲבָה, און פוּן דער אֶמוּנה וואָס דוּ האָסט צוּ הָאָדוֹן יהושע/ישוע און צוּ אַלע קדוֹשִים; 6 זאָל דיין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה דורך משיחס קרוב רחוקים ווערן ווירקזאַם אין די דַּעַת פוּן יעדער מצווה, וואָס מיר האָבן אין רֶבּי מלך המָשיחַ. 7 וואָרעם איך האָבּ געהאַט שִׂמְחָה גְּדוֹלָה און טרייסט איבּער דיין ליבּע, מיינע אח בּמשיח, ווייל די לְבָבוֹת פוּן די קדוֹשִים זענען דוּרך דיר דערקוויקט געוואָרן [זען פילמ' 1:20]. 8 דערפאר, הַגַם איך האָבּ די פולע פרייהייט אין רבי מֵלך המָשיחַ דיר צוּ בּאַפעלן וואָס איז רעכט, 9 דאָך צוליבּ דער אַהֲבָה, בּעט איך דיך ליבּער, אַזעלכער בּין איך, רַב שָאוּל, דער זָקן, און איצט אויך אַן אַרעסטאַנט פוּנוועגן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 10 איך בּעט דיך פאַר בְּנִי, וועלכן איך האָבּ געבּוירן אין מיינע קייטן -- פאַר אוֹנִיסִימוֹס --11 וואָס אַמאָל איז געווען ער פאַר דיר געווען אוּמנוּצלעך, איצט אָבּער זער נוּצלעך פאַר דיר און אויך פאַר מיר [זען מפרש: אוֹנִיסִימוֹס, הייסט עס נוצלעך; רַב שָאוּלס פרוכט אין אַ משיחיסט שטיבל אין קוֹלוֹסָה פאר אַן אַנטלאָפן שקלאַף ייִנגל אין די קייטן פון זינד וואָס איז דעמאָלט באפרייט דורך די גואל משיח]; 12 איך האָבּ אים צוריקגעשיק צו דיר, אים אַליין, דאָס הייסט, מיין אייגן לֵב; 13 איך האָבּ אים גערן געוואָלט האַלטן האַלטן בּיי מיר, כּדי ער, אַלס דיין פאַרטרעטער, זאָל מיר דינען אין די קייטן פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה'; 14 אָן דיין דֵעה אָבּער האָבּ איך גאָרנישט געוואָלט טאָן; כּדי דיין טוֹבה זאָל נישט זיין געצוואוּנגען, נייערט פרייַוויליק. 15 וואָרעם אֶפשר האָט ער זיך צוליבּ דעם אָפּגעשיידט פון דיר לפי שעה כדי דו זאָלסט אים בּאַקומען לְעוֹלָם; 16 נישט מער ווי אַן עֶבֶד, נאָר העכער פון אַן עֶבֶד, ווי אַ בּאַליבּטער אָח במשיח, בִּפרַט פאַר מיר, און וויפל מער פאַר דיר, סיי אין דעם פלייש, און סיי אין הָאָדוֹן. 17 על-כּן, אויבּ דוּ האַלטסט מיך פאַר אַ חַבר, זיי אים מקַבּל ווי מיך אַליין. 18 און אויבּ ער האָט דיך עפּעס בּאַעוולט, אָדער איז דיר שוּלדיק, שטעל דאָס צו אויף מיין חֶשבּון. 19 איך, רַב שָאוּל, שרייבּ דאָס מיט מיין אייגענער האַנט, איך וועל עס אָפּצאָלן; הגם איך נישט צריך להזכיר לך כמה אתה חייב לי: נַפְשְךָ. 20 כֵּן, מיין אָח במשיח, לאָז מיך אַ הנאה האָבּן פון דיר הָאָדוֹן; דערקוויק [זען פילמ' 1:7] מיין לֵב אין רבי מֵלך המָשיחַ. 21 איבּערצייגט פון דיין געהאָרכזאַמקייט, האָבּ איך געשריבּן צו דיר, ווייל איך ווייס, אַז דוּ וועסט טאָן אַפילו מער ווי איך זאָג. 22 אין דער זעלבּער צייט גרייט אויך צו פאַר מיר אַ מְקוֹם לִינָה, וואָרעם איך האָף, אַז דורך אייערע דאַווענענדיק תּפִילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך. 23 דּרישת שלום פון אֶפָּפְרַס מיין מיטגעפאַנגענער אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 24 אויך פון מַרְקוֹס [מרק' 16:20-1:1], אֲרִיסְטַרְכוֹס, דִּימַס [זען טימב 4:10], און לוּקַס [זען לוּקַס 24:53-1:1; מהש 28:31-1:1], מיינע מיטאַרבּעטער. 25 דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייער גייסט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Titus 3
Top of Page
Top of Page