Titus 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טיט'3

.ג דערמאָן זיי צוּ זיין אוּנטערטעניק צוּ מושלים און שָרים, צוּ זיין געהאָרכזאַם, צוּ זיין אָנגעבּרייט פאַר כל מעשׂים טובים, 2 נישט צוּ רעדן קיין לשון הרע אויף קיינעם, נישט צוּ זיין קריגעריש, נאָר בּאַשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עַנִיוותדיקייט צוּ אַלע בני אדם. 3 וואָרעם מיר אליין זענען אויך אַמאָל געווען אָן דַּעַת, אוּמגעהאָרכזאַם, פאַרפירט, געדינט אַלערליי תַּאוות און פאַרגעניגנס, געפירט אַ לעבּן פון קִנאה שנאה, געווען פאַרהאַסט, האָבּן פייַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן. 4 ווען אָבּער די גוּטסקייט פוּן ה', גואֲלֵנו, און זיין אַהֲבָה צוּ בני אדם, האָט זיך בּאַוויזן, 5 נישט דוּרך מַעשׂים פון צדקות, וואָס מיר האָבּן געטאָן, נאָר לויט זיין רַחֲמִים האָט ער אוּנדז דערלייזט צו ישועת אלוקינט, דוּרך דער מקוה מים טבִילה פוּן ווידערגעבּוּרט און בּאַנייַאוּנג פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען תהלים (10)51:12], 6 וועלכן ער האָט אויף אוּנדז אויסגעגאָסן בּשֶפע דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, גואֲלֵנו ; 7 כּדי מיר זאָלן זיין געמאכט יצדּק מיט ה' דוּרך זיין חֶסֶד [זען רומ' 5:1], און ווערן יוֹרשים לויט דער תִּקְוָה פוּן חַיֵּי עוֹלם. 8 אֶמת איז דאָס דָּבָר, און איך וויל, אַז וועגן די דאָזיקע זאַכן זאָלסטו רעדן מיט בּאַשטימטהייט, כּדי די, וועלכע האָבּן געגלויבּט אין ה', זאָלן האָבּן אין זינען, עוסק צו זיין אין מַעשׂים-טובים -- דאָס איז טוֹב און נוּצלעך פאַר מענטשן; 9 נאַרישע מחלוקת אָבּער און יחוס-בּריוו און קַשיות פון פלפול וועגן דער תּוֹרה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אוּמנוּצלעך און פוּסט. 10 אַן איש הגוֹרֵם, אַ מענטש, וועלכער בּרענגט אַריין כיתות, מייד אויס נאָך אַן איינמאָליקער אָדער צוויימאָליקער וואָרנונג, 11 וויסנדיק אַז אַזעלכער איז פאַרקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אַליין פאַרמִשפּט. 12 ווען איך וועל שיקן צו דיר אַרְטֶמַס אָדער טִיכִיקוֹס, זאָלסטוּ דיך איילן קוּמען צוּ מיר קיין ניקוֹפּוֹלִיס; וואָרעם איך האָבּ בּאַשלאָסן דאָרטן צוּ ווינטערן. 13 שיק גלייך אַרויס בֶּן-תּוֹרה זִינַס און אַפּוֹלוֹסן אויף זייער נסִיעה; זע סע זאָל זיי גאָרנישט פעלן. 14 און זאָלן אויך אנשי עדתינו זיך לערנען עוֹסק צוּ זיין אין מַעשׂים-טובים פאַר די נייטיקע בּאַדערפענישן, כּדי זיי זאָלן נישט זיין אוּמפרוכטבּאַר. 15 דרישת שלום פון אַלע וואָס זענען מיט מיר. גריס די, וואָס האָבּן אוּנדז ליבּ אין דער אֶמוּנה. חֶסֶד זאָל זיין מיט אייך אַלע.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Titus 2
Top of Page
Top of Page