Hebrews 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים

הדרך המשיחיסטים1

א נאָכדעם ה' האָט פאַרצייטן פּעמים רבים און אויף דרכים רבים גערעדט צוּ די אָבות דוּרך די נבִיאים [זען דניאל 14-7:13; 3:8 פלחין בר אנש משיח, נישט אַן אליל, איז אֵל גִבּוֹר מאמר מֵימרָא ה' מתגשם, זען משלי 30:4; 8:30; תהלים 33:6; ישעיהו (6)9:5; 7:14; זען אַ מאַן זיך געראַנגלט מיט יעקב און יעקב האָט געזען אלוקים פּנים אֶל פּנים מתגשם אַלס אַ מאַן, זען בראשית 30-32:23], 2 האָט ער אין די דאָזיקע לעצטע טעג גערעדט צוּ אוּנדז דוּרך דעם זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער, זען משלי 30:4], וועמען ער האָט בּאַשטימט פאַר אַ יוֹרֶש פוּן אַלעם, דוּרך וועמען ער האָט אויך בּאַשאַפן שָמַיִם וָאָרֶץ. 3 ער, וועלכער, זייענדיק די זֹהַר פוּן ה'ס הערלעכקייט, און דאָס אויסדריקלעכע געשטאַלט פוּן ה'ס מהוּת, האַלט אויף אַלצדינג דוּרך דעם דָּבָר פוּן זיין רַב-הַגְּבוּרָה. בּעת ער האָט געמאַכט טִהוּר פאַר עבירות [זען נשׂא ישעיהו 53:12; ויקרא 16:22, זען טהור און יום הכיפורים און משיח], האָט ער זיך אַנידערגעזעצט בּיי דער רעכטער האַנט פוּן דער גדוּלה אין דער הייך [זען תהלים 110:1], 4 און איז געוואָרן אויף אַזויפיל בּעסער איידער די מַלאָכים, אַז ער האָט געיַרשנט אַ חָשוּבערן שֶם פוּן זיי. 5 וואָרעם צו וועמען פוּן די מַלאָכים האָט ער ווען אַמאָל געזאָגט : בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ? [דער זוּן פון דער אויבּערשטער, תהלים 2:7]? און ווידער: אֲנִי אֶהְיֶה־לּוֹ לְאָב וְהוא יִהְיֶה־לִי לְבֵן? [זען דער זוּן פון דער אויבּערשטער, שמוּאל ב' 7:14] 6 און ווידער: בּעת ער בּרענגט דעם בּכוֹר אין דער וועלט אַריין, זאָגט ער : וְהִשְתַּחֲווּ לוֹ כָל אֱלֹקִים. 7 און פוּנוועגן די מַלְאָכִים זאָגט ער: עֹשֶה מַלְאָכָיו רוחוֹת, מְשָרְתָיו אֵש לֹהֵט [זען תהלים 104:4]. 8 אָבּער פוּנוועגן דעם זוּן [פון דער אויבּערשטער] זאָגט ה': כִסְאֲךָ אֱלֹקִים, עוֹלָם וָעֶד, שֵבֶט מִישֹר שֵבֶט מַלְכותֶךָ. 9 אָהַבְתָּ צֶדֶק וַתִשְנָא רֶשַע, עַל־כֵן מְשָחֲךָ אֱלֹקִים, אֱלֹקֶיךָ, שֶמֶן שָשוֹן מֵחֲבֵרֶיךָ [תהלים 8-45:7]. 10 און, אַתָה אֲדֹנָי לְפָנִים הָאָרֶץ יָסַדְתָ, ומַעֲשֵה יָדֶיךָ שָמַיִם [תהלים 102:26]; 11 הֵמָה יֹאבֵדו וְאַתָה תַעֲמֹד, וְכֻלָם כַבֶגֶד יִבְלו; 12 כַלְבוש תַחֲלִיפֵם וְיַחֲלֹפו, וְאַתָה הוא ושְנוֹתֶיךָ לֹא יִתָמו. 13 אבּער צו וועמען פון די מלאכים האָט ה' ווען נישט איז געזאָגט: שֵב לִימִינִי עַד אָשִית אֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ? [זען תהלים 110:1] 14 צי זענען זיי דען נישט אַלע רוחות משרתים, וואָס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Philemon 1
Top of Page
Top of Page