Hebrews 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים2

ב צוליבּ דעם מוּזן מיר זיין אַ סַך שטאַרקער האַלטן אין דעם, וואָס מיר האָבּן געהערט, טאָמער וועלן מיר אָפּפאַלן. 2 וואָרעם אויבּ דאָס דָּבָר ה', וואָס איז גערעדט געוואָרן דוּרך מַלאָכים, איז מקוּים געוואָרן, און יעדע פּשע און עַבֵירה האָט בּאַקוּמען אַ גְּמוּל צוֹדֵק, 3 וויאַזוי וועלן מיר אַנטרינען, אויבּ מיר פאַרוואָרלאָזן אַזאַ גרויסע ישוּעת אלוקינו? וועלכע איז לכַתּחִילה גערעדט געוואָרן דוּרך הָאָדוֹן, און בּאַשטעטיקט געוואָרן צו אוּנדז דוּרך די, וואָס האָבּן אים געהערט, 4 בּשעת ה' האָט אויך עֵדות געזאָגט דוּרך אוֹתוֹת און מוֹפְתִים, און דוּרך פאַרשיידענע גבוּרות, און דוּרך מַתָּנות פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס ער האָט אויסגעטיילט לויט זיין אייגענעם רָצון. 5 וואָרעם נישט צוּ מַלאָכים האָט ה' אוּנטערטעניק געמאַכט הָעוֹלָם הַבָּא, פוּן וועלכער מיר רעדן. 6 נאָר איינער האָט ערגעץ עֵדות געזאָגט, אַזוי צוּ זאָגן : מָה־אֱנוֹש כִּי־תִזְכְרֶנו ובֶן־אָדָם כִי תִפְקְדֶנו? 7 וַתְחַסְרֵהו מְעַט מֵאֱלֹקִים, וְכָבוֹד וְהָדָר תְעַטְרֵהו, וַתַמְשִילֵהו בְמַעֲשֵי יָדֶיךָ; 8 כֹּל שַתָה תַחַת רַגְלָיו [תהלים 7-8:5]. וואָרעם מיט דעם, וואָס ה' האָט אוּנטערטעניק געמאכט אלץ אוּנטער אים, האָט ער גאָרנישט געלאָזן, וואָס איז אים נישט אוּנטערטעניק. דערווייַל אָבּער זעען מיר נאָך נישט, אַז אַלץ זאָל זיין אוּנטערטעניק אוּנטער אים. 9 מיר זעען אָבּער, יהושע/ישוע, וואָס איז געמאַכט געוואָרן אַבּיסל נידעריקער פוּן די מַלאָכים, דורך די יסורים פוּן מָוֶת, וואָס איז געקרוינט מיט הערלעכקייט און כָּבוד, כּדי ער זאָל, דוּרך דעם חֶסֶד ה', טוֹעם זיין דעם מָוֶת פאַר כל בני אדם. 10 ווייל עס איז געווען פּאַסנד פאַר אים, פאַר וועמען אַלץ איז און דורך וועמען אַלץ איז, פירנדיק בָּנִים רַבִּים צוּ הערלעכקייט, שלימותדיק צו מאַכן דוּרך סֵבֶל דעם מְכוֹנֵן פוּן זייער ישוּעה. 11 וואָרעם סיי דער, וואָס טוּט הייליקן, און סיי די וואָס זענען געהייליקט, זענען אַלע פוּן איינעם; צוּליבּ דעם שעמט ער זיך נישט זיי צוּ רוּפן אַחִים במשיח, 12 אַזוי צוּ זאָגן : אֲסַפְּרָה שִמְךָ לְאֶחָי בְּתוֹךְ קָהָל אֲהַלְלֶךָ [ זען תהלים (22)22:23]. און ווידער : וְקִוֵּתִי־לוֹ [ישעיהו 8:17]. 13 און ווידער : הִנֵה אָנֹכִי וְהַיְלָדִים אֲשֶר נָתַן לִי ה' [ישעיהו 8:18]. 14 דערפאר, אַזוֹיווי די יְלָדים האָבּן אַ חֶלֶק אין בָּשָׂר וָדָם, האָט רבּי מלך המשיח אויך אויף אַן ענלעכן אוֹפן אַ חֶלֶק פוּן דעם זעלבּן, כּדי דוּרך דעם הִסתַּלְּקוּת פון זיין מָוֶת זאָל ער קענען מבַטל זיין דעם, וואָס האָט די מאַכט פוּן דעם מָוֶת, דאָס הייסט, הָשָׂטן [זען בּראשית 19-3:1; רומ' 14-5:12; יוחא 3:8; יוחנן 12:31], 15 און בּאַפרייען די דאָזיקע, וועלכע זענען דורך דער פחד פאַר מָוֶת געווען אונטערגעוואָרפן צו קנעכטשאַפט אַלע טעג פון זייער לעבּן. 16 מחמת בּאֶמת, נישט די מַלאָכים העלפט ער, נייערט דעם זֶרַע פוּן אַברָהם [זען ישעיהו 9-41:8]. 17 צוליבּ וועלכן רבּי מלך המשיח האָט געמוזט אין אַלעם ענלעך ווערן צו זיינע אַחִים במשיח, כּדי ער זאָל ווערן רחמנותדיק און אַ געטרייַער כֹּהן-גָדול [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17] אין די זאַכן, וואָס זענען נוֹגֵע ה', מכַפּר צוּ זיין פאַר די עבירות פוּן הָעָם [זען ישעיהו 53:8,10 כי נגזר מארץ חיים מפשע עמי...תשים אָשָם נפשו]. 18 ווייל דכרמיט, וואָס ער אליין האָט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואָס געפינען זיך אין אַ נסיון.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Hebrews 1
Top of Page
Top of Page