Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים3 ג דערפאר, אַחֵי הקדוֹשִים במשיח, חַבֵירם פוּן אַ הימלישער בּאַרוּפוּנג, בּאַטראַכט דעם שלִיח און כֹּהן-גָדול [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17] פוּן אוּנדזער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, יהושע/ישוע, 2 וואָס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האָט אים געגעבן סְמִיכָה, פּוּנקט ווי אויך מֹשה [רבינו] איז געווען געטריי אין כל בֵּית ה'. 3 וואָרעם ער איז רָאוּי געווען אויף מער כָּבוד ווי מֹשה [רבינו], אויף אַזויפיל ווי דער, וואָס בּויט דאָס בֵּית, האָט מער כָּבוד ווי דאָס בֵּית --4 וואָרעם יעדעס בֵּית ווערט געבּויט דוּרך עמיצן; דער אָבּער, וואָס האָט אַלץ געבּויט, איז ה' -- 5 און מֹשה [רבינו] איז געווען געטריי אין כל בֵּית ה' ווי אַן עֶבֶד, פאַר אַן עֵדות פוּן די זאַכן, וואָס האָבּן געזאָלט גערעדט ווערן; 6 אָבּער רבּי מלך המשיח איז געווען ווי בֵּן [זוּן פון דער אויבּערשטער] איבּער כל בֵּית ה'; און מיר זענען זיין בֵּית, אויבּ מיר האַלטן פעסט דעם בּטָחון און דאָס תִּקְוָה פון אוּנדזער פרייד בּיז דעם סוֹף. 7 דערפאר, אַזוֹיווי דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט: הַיוֹם אִם־בְקֹלוֹ תִשְמָעוּ; 8 אַל־תַקְשו לְבַבְכֶם כִמְרִיבָה, כְיוֹם מַסָה בַמִדְבָר, 9 אֲשֶר נִסונִי אֲבוֹתֵיכֶם, בְחָנוּנִי גַם־רָאוּ פָעֳלִי אַרְבָעִים שָנָה. 10 לָכֵן אָקוּט בְדוֹר וָאֹמַר, עַם תֹּעֵי לֵבָב הֵם, וְהֵם לֹא־יָדְעוּ דְרָכָי. 11 אֲשֶר־נִשְבַּעְתִּי בְאַפִּי אִם יְבֹאון אֶל־מְנוחָתִי [תהלים 11-95:7]. 12 היזהרו, אַחִים במשיח, טאָמער איז פאַראַן אין איינעם פוּן אייך לֵב רַע און פעלנדיק [ארטאדאקסיש יידיש] אמונה, אָפּצוקערן שְמָד פוּן דעם אלוקים חיים; 13 נייערט וואָרנט איינער דעם אַנדערן יעדן יוֹם, כָּל-זמַן עס הייסט נאָך הַיּוֹם, כּדי קיינער פוּן אייך זאָל נישט קשי פאַרהאַרטעוועט ווערן דוּרך דער פאַרפירערישקייט פוּן חֵטְא. 14 וואָרעם מיר זענען געוואָרן חברותא שוּתפים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, אויבּ מיר האַלטן שטאַרק דעם אָנהייבּ פוּן אוּנדזער בּטָחון בּיז דעם סוֹף; 15 בּעת סע ווערט געזאָגט: הַיּוֹם אִם־בְקֹלוֹ תִשְמָעוּ, אַל־תַקְשוּ לְבַבְכֶם כִמְרִיבָה [זען תהלים 8-95:7]. 16 וואָרעם ווער זענען עס די, וואָס האָבּן געהערט, און האָבּן געקריגט? צי דען נישט אַלע, וואָס זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן מִצרַיִם דוּרך מֹשה [רבינו]? 17 און קעגן וועמען האָט ה' געצערנט 40 יאָר לאַנג? צי דען נישט קעגן די, וואָס האָבּן געזינדיקט, וועמעס פּגרים זענען געפאַלן אין דער מִדבּר? 18 און צוּ וועמען האָט ער געשוואוירן, אַז זיי זאָלן נישט אַרייַנקוּמען אין זיין מנוּחה, אויבּ נישט צוּ די, וואָס זענען געווען ווידערשפּעניק? 19 און מיר זעען, אַז זיי זענען נישט געווען בִּיכוֹלת אריינצוגיין, מחמת זיי האָבּן נישט געגלויבּט [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |