Hebrews 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים4

ד דעריבּער, בּשעת עס בּלייבּט פאַר אונדז די הַבטָחה אריינצוגיין אין מנוּחה פון ה', לאַמיר מוֹרא האָבּן אין יִרְאַת שָמַיִם, טאָמער וועט עמיצער פוּן אייך זיך פאַרזאַמען. 2 וואָרעם אויך אונדז, פּונקט ווי צו יענע, איז די בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה' טובה אַנגעזאָגט געוואָרן, נאָר דאָס געהערטע וואָרט האָט זיי גאָרנישט גענוּצט, ווייל עס איז נישט געווען פאַרבּונדן מיט אֶמוּנה בּיי די צוהערער. 3 וואָרעם מיר, די משיחיסטים, די מאמינים [אין רבּי מלך המשיח], קוּמען אַריין אין דער מנוּחה פון ה', אַזוֹיווי ה' האָט געזאָגט: אֲשֶר־נִשְבַּעְתִי בְאַפִּי אִם־יְבֹאוּן אֶל־מְנוחָתִי [זען תהלים 95:11], הַגַם די מעשים פון ה' זענען געווען פאַרענדיקט פוּן דעם אָנהויבּ פון דער וועלט, ששת-ימי-בּראשית. 4 מחמת ער האָט געזאָגט ערגעץ וווּ פוּנוועגן דעם זיבּעטן יוֹם אויף אַזאַ אוֹפן: וַיִּשְבֹּת אֱלֹקִים בַיוֹם הַשְבִיעִי מִכָּל מְלַאכְתּוֹ; 5 און אָט דאָ זאָגט ער ווידער אִם יְבֹאוּן אֶל מְנוּחָתִי [תהלים 95:11]. 6 על-כּן, אַזוי ווי סע בּלייבּט פאַר עטלעכע אריינצוגיין, און די, וואָס האָבּן פריער אָנגענוּמען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, האָבּן פאַרפעלט אריינצוגיין, מחמת זיי זענען געווען כּופרים, 7 טוּט ה' ווידער אַמאָל בּאַשטימען אַ געוויסן יוֹם, היוֹם [זען תהלים 95:7], ווי ער זאָגט דוּרך דָוִדן, נאָך אַ לאנגער צייט, לויט ווי עס איז פריער געזאָגט געוואָרן : הַיוֹם אִם־בְקֹלוֹ תִשְמָעוּ אַל־תַקְשוּ לְבַבְכֶם [תהלים 8-95:7]. 8 מחמת אויבּ יהושע/ישוע [בֶּן נוּן, נחמיה 8:17] וואָלט זיי געגעבּן מנוּחה, וואָלט ה' שפּעטער נישט געווען גערעדט פוּן אַן אַנדערן יוֹם. 9 עס פאַרבּלייַבּט דערפאר אַ מנוּחַת-שַבּת פאַר הָעָם ה'; 10 מחמת דער, וואָס איז אַרייַנגעקוּמען אין די מנוּחה פון ה', האָט אַליין אויך גערוּט פוּן תּלוּת בְּמַעֲשים פון אים [זען רומ' 4:6], ווי ה' האָט גערוּט פוּן מַעֲשים זיינע. 11 לאָמיר זיך דערפאר מיִען אריינצוגיין אין יענער מנוּחה, כּדי קיינער זאָל נאָך דעם זעלבּן בּייַשפּיל נישט פאַלן פוּנוועגן ווידערשפּעניקייט. 12 מחמת דאָט דָּבָר ה' איז חי און ווירקעוודיק, און איז שאַרפער איידער יעדע צוויי-שאַרפיקע חֶרֶב, און דוּרכשטעכט אַפילו עַד לְהַבְדִּיל פוּן נֶפש און רוּחַ, סיי פוּן קנעכלעך און מאַרך, און איז פלינק צוּ דערזען די מַחשָבות פון כּוָּנַת הַלֵּב. 13 און עס איז נישטאָ קיין בּאַשעפעניש, וואָס ווערט נישט אַנטפּלעקט פאַר אים; נייערט אַלע זאַכן זענען נאַקעט און ליגן אָפן פאַר זיינע אויגן, פאַר וועמען מיר וועלן אָפּגעבּן דין-וחשבּון. 14 על-כּן, האָבּנדיק אַ דערהויבּענעם כֹּהן-גָדול [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17], וואָס איז דוּרכגעגאַנגען דוּרך די הימלען, יהושע/ישוע, דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, לאָמיר דערפאר האַלטן פעסט אוּנדזער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 15 מחמת מיר האָבּן נישט קיין כֹּהן-גָדול [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17], וואָס קען נישט מיטפילן מיט אוּנדזערע שוואַכקייטן, נאָר וואָס איז אין אַלעם געפּרוּאווט געוואָרן גלייך ווי מיר זענען, דאָך אָן חֵטְא. 16 לאָמיר זשע גענעענען מיט בּטָחון צוּ דעם כִּסֵא-הַחֶסֶד, כּדי מיר זאָלן מקַבּל זיין רחמים, און זאָלן געפינען חֶסֶד צוּ העלפן אוּנדז אין אַן עֵת-צָרה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Hebrews 3
Top of Page
Top of Page