Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים5 ה וואָרעם יעדער כֹּהן-גָדול [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17], וואָס ווערט גענוּמען פוּן צווישן בני אדם, ווערט בּאַשטימט פאַר בּני אדם אין זאַכן, וואָס זענען שַייך ה', כּדי ער זאָל קענען מַקריב זיין מִנחות און זבָחים פאַר חֲטָאִים. 2 און דער כֹּהן-גָדול קען מיטפילן מיט די אוּמוויסנדיקע און פאַרפירטע, ווייל אויך ער אַליין איז אַרוּמגערינגלט מיט שלאַפקייט, 3 און צוּליבּ דער דאָזיקער סִיבּה איז ער מחוּיב, סיי פאַר הָעָם, אַזוי אויך פאַר זיך אַליין, מַקריב צוּ זיין פאַר חֲטָאִים. 4 און קיינער נעמט זיך נישט דעם כָּכוד אַליין, נאָר ווען ער ווערט בּאַרוּפן פוּן ה', אַזוֹיווי אַהרֹן איז געווען. 5 אַזוי האָט זיך אויך רבי מֵלך המָשיחַ אַליין נישט פאַרהערלעכט, צוּ ווערן אַ כֹּהן-גָדול, נאָר ה', וואָס האָט צוּ אים געזאָגט : בְנִי [דער זוּן פון דער אויבּערשטער] אַתָּה, אֲנִי הַיוֹם יְלִדְתִיךָ [תהלים 2:7]; 6 ווי ער זאָגט אויך אויף אַן אַנדערן פּלאַץ : אַתָּה־כֹהֵן לְעוֹלָם עַל־דִבְרָתִי מַלְכִי־צֶדֶק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. 7 רבּי מלך המשיח, אין די טעג פוּן זיין פלייש, האָט מקריב געווען תּפִילות און תַּחנוּנים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צוּ אים, וואָס האָט אים געקענט מציל זיין פון טויט און ה' געהערט אים צוליבּ זיין יראת האלוקים. 8 און הַגַם ער איז געווען אַ זוּן, דאָך האָט ער געלערנט מִשְמַעַת דוּרך זיין יסורים; 9 און אַזוי ווי ער איז געוואָרן שלֵימוּתדיק, איז ער געוואָרן די סִיבּה פוּן ישוּעַת עוֹלָמים פאַר אַלע, וואָס געהאָרכן אים, 10 און איז בּאַרוּפן געוואָרן פוּן ה' פאַר כֹּהן-גָדול על דּברתי מלכּי-צדק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. 11 וועגן וועמען מיר האָבּן אַ סך צוּ רעדן, און עס איז שווער צוּ מאַכן מִדרָש, ווייל איך זע, איר זענט געוואָרן טעמפּ צוּ הערן. 12 וואָרעם נאָך דער צייט האָט איר שוין בּאַדאָרפן זיין רַבָּנִי מוֹרים זאָגנדיק שעוּרים, נייטיקט איר אייך ווידער אַמאָל, אַז עמיצער זאָל אייך לערנען די יסוֹדוֹת פוּן די ערשטע עִיקָרים פוּן די נבוּאות פוּן ה', און זענט געוואָרן אַזעלכע, וואָס נייטיקן זיך אין חָלָב, און נישט אין פעסטע שפּייז. 13 וואָרעם יעדער איינער, וואָס נעמט חָלָב, האָט נישט קיין מבִינות אין דעם דִבְרֵי צדקות, וואָרעם ער איז אַ תינוק. 14 פעסטע שפּייז אָבּער איז פאַר מְבֻגּרִים, פאַר יענע, וואָס האָבּן דורך געבּרויך אויסגעאיבּטע חושים, אוּנטערצושיידן צווישן טוֹב און רַע. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |