Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים6 ו על-כּן, לאָמיר איבּערלאָזן די לערנוּנג פוּן די ערשטע עִיקָרים פּוּנוועגן רבי מֵלך המָשיחַ, און גיין וויטער צוּ דער שלֵימות; נישט לייגנדיק נאָכאַמאָל דעם יסוֹד פון תּשוּבה פוּן מַעשׂים מֵתִים [מְתַרגֵם: דאָס מיינט שֶהָאָדָם מֻצְדָּק עַל-יְדֵי אֱמוּנָה לְחיי עוֹלם לְלֹא תּלוּת בּמעשי התּוֹרָה, זען גלט' 3:21], און פוּנוועגן אֶמוּנה צוּ ה', 2 פון דער לערנוּנג פוּן מקוה מים טבִילות, און פון סמיכת-ידים און פון תּחִיַת-המֵתים, און פון מִשפּט עוֹלם. 3 און דאָס דאָזיקע וועלן מיר טאָן, אִם-יִרצֶה-ה'. 4 וואָרעם עס איז אוממעגלעך פאַר די, וואָס זענען איינמאָל אויפגעקלערט געוואָרן [מיט אוֹר ה'] און האָבּן טוֹעם געווען פוּן דער הימלישער מַתָּנה, און זענען געוואָרן חברותא שותפים פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, 5 און האָבּן טוֹעם געווען די דְּבַר ה' הַטּוֹב, און די כּוֹחות פוּן עוֹלם-הַבּא, 6 און זענען אָפּגעפאַלן, אַזעלכע איז אוּממעגלעך ווידער מחַדש צוּ זיין צוּ תּשוּבה, בּעת מיר זעען, זיי אויפהענגע על-דער בּוֹים פאַר זיך דעם זוּן פון דער אויבּערשטער איבּעראַנייס, און שטעלן אים אָפן אַרויס צוּ בּזָיון. 7 וואָרעם די ערד, וועלכע טרינקט דעם גֶּשֶם, וואָס קוּמט אָפט דערויף, און בּרענגט אַרוֹיס עשב [זען עשב, בראשית 1:11], וואָס טויגן פאַר די, פאַר וועמעס-וועגן זי איז אויך בּאַאַקערט געוואָרן, בּאַקוּמט אַ בּרָכה פוּן ה'. 8 נאָר אויבּ זי טראָגט קוֹץ און דרדר [זען קוֹץ און דרדר, בראשית 3:18], ווערט זי פאַרוואָרפן און איז נאָענט צוּ ארורה [זען ארורה, בראשית 3:17]; און איר סוֹף איז פאַרבּרענט צוּ ווערן [זען אֵש גיהנום, ישעיהו 66:24]. 9 מיר אָבּער, בּאליבּטע, זענען פאַרזיכערט אויף בּעסערע זאַכן פוּנוועגן אייך, און זאַכן וואָס בּאַגלייטן ישוּעת אלוקינו, הַגַם מיר רעדן אַזוי. 10 וואָרעם ה' איז נישט אוּמגערעכט, צוּ פאַרגעסן פָּעָלְכֶם און די אַהֲבָה, וועלכע איר האָט אַרויסגעוויזן צוּ זיין נאָמען, מיט דעם, וואָס איר האָט געדינט די קדוֹשִים, און דינט זיי נאָך אַלץ. 11 און מיר בּאַגערן, אַז יעדער איינער פוּן אייך זאָל אַרויסווייַזן די זעלבּע שקידה צוּ דער פוּלקייט פוּן בּטָחון בּיז צוּ דעם סוֹף, 12 כּדי איר זאָלט נישט זיין פויל, נאָר נאָכטוּערס פוּן די, וואָס דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און סבלנות זענען געוואָרן יורשים פון די הַבטָחות. 13 וואָרעם בּעת ה' האָט אַברָהם געגעבּן די הַבטָחה, האָט ה', מחמת ה' האָט נישט געקענט שווערן בּיי קיין גרעסערן, געשוואוירן בּיי זיך אַליין [זען בראשית 22:16], 14 אַזוי צוּ זאָגן: כִי־בָרֵךְ אֲבָרֶכְךָ וְהַרְבָה אַרְבֶה אוֹתָךְ [בראשית 22:17]. 15 און אַזוי, ווייל ער האָט געדוּלדיק דערטראָגן, האָט ער געיַרשנט די הַבטָחה. 16 וואָרעם בני אדם שווערן בּיי דעם גרעסערן, און אין יעדן סִיכסוּך זייערן איז די שבועה דער סוֹף פוּן אַ בּאַשטעטיקוּנג. 17 צוּליבּ דעם האָט ה', בּעת ער האָט בּדֵעה געהאַט צוּ ווייזן די יוֹרשים פוּן דער הַבטָחה נאָך אַ סַך מערער די אוּמפאַרענדערלעכקייט פוּן זיין עֵצה, האָט ה' זי גאַראַנטירט מיט אַ שבוּעה, 18 כּדי דוּרך 2 אוּמפאַרענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוּממעגלעך פאַר ה' צוּ זאָגן ליגן, זאָלן מיר, וואָס זענען אַנטרוּנען פאַר רעטוּנג, האָבּן אַ שטאַרקערע דערמוּטיקוּנג אָנצוּהאַלטן זיך אין דער תִּקְוָה, וואָס איז אָנגעבּרייט געוואָרן פאַר אוּנדז. 19 און דאָס האָבּן מיר ווי אַן עֹגֶן (אַנקער) פאַר דער נשָמה, אַ תִּקְוָה, וואָס איז זיכער און שטאַנדהאַפטיק, און וואָס גייט אַריין אין דעם, וואָס איז דרינען אין דעם פָּרוֹכֶת, 20 וואוּהין יהושע/ישוע איז אַרייַנגעגאַנגען ווי אַ מטטרון פוּן אוּנדזערטוועגן, און איז געוואָרן אַ כֹּהן-גָדול לְעוֹלָם עַל־דִבְרָתִי מַלְכִי־צֶדֶק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |