Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים7 ז וואָרעם דער דאָיקער מַלכּי-צֶדֶק, מֵלֶךְ שָלֵם, אַ כֹּהן פוּן דעם אֵ-ל-עֶליון, וואָס איז מקַבּל-פָּנים געווען אַברָהם אבינו, ווען ער האָט זיך אוּמגעקערט פוּן שלאָגן די מלָכים, און האָט אים געבּענטשט [זען בראשית 20-14:17], 2 צו וועמען אַברָהם אבינו האָט אויסגעטיילט מַעשֵׂר מִכֹּל -- ערשטנס בּאַטייט זיין נאָמען קעניג פון גערעכטיקייט און דערנאָך אויך מלך שלם, דאָס מיינט קעניג פון פרידן [בראשית 20-14:18], 3 אָן אָב, אָן אֵם, אָן יִחוס, וואָס נישט קיין אָנהייבּ פוּן טעג און נישט קיין סוֹף פוּן לעבּן, אָבּער ענלעך צוּ דעם זוּן פוּן דער אויבּערשטער; בּלייבּט אַ כֹּהן לעוֹלם [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. 4 נו, בּאַטראַכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאָיקער מענטש, צו וועמען אַברָהם אָבינוּ האָט געגעבּן מַעשׂר פוּן דעם מִלחָמָה-געווינסט. 5 און די, פוּן די בּנֵי-לֵוִי, וואָס האָבּן בּאקומען די כּהוּנה, האָבּן אַ מצוה לויט דער תּוֹרה צוּ נעמען מַעשׂר פוּן הָעָם הבּרית, דאָס מיינט, פוּן זייערע אַחִים, הַגַם זיי [פון די כּהוּנה פון בּנֵי-לֵוִי] זענען אַרויסגעקוּמען פוּן די לענדן פוּן אַברָהם. 6 אָבּער ער [מַלְכִי־צֶדֶק מֶלֶךְ שָלֵם כֹהֵן לְאֵ-ל עֶלְיוֹן], וואָס זיין יִחוס ווערט נישט גערעכנט פוּן זיי, האָט גענוּמען מַעשׂר פוּן אַברָהם, און האָט געבּענטשט דעם, וואָס האָט געהאַט די הבטָחות. 7 אָבּער אָן חִילוּקי-דֵעות, דער מינדערער ווערט געבּענטשט פוּן דעם גרעסערן. 8 און דאָ מענטשן, וואָס שטאַרבּן, זענען מקַבּל מַעשׂר, דאָרטן אָבּער איינער, אויף וועמען סע ווערט עֵדות געזאָגט, אַז הוּאַ חי [זען אויך יוסֵף, הוּא חי, זען בראשית 45:26]. 9 און, אַזוי צוּ זאָגן, דוּרך אַברָהם האָט אַפילו לֵוִי [און זיין כּהוּנה], וואָס איז מקַבּל מַעשׂר, געגעבּן מַעשׂר [צו כּהוּנה פון מַלְכִי־צֶדֶק מֶלֶךְ שָלֵם כֹהֵן לְאֵ-ל עֶלְיוֹן], 10 וואָרעם לֵוִי איז נאָך געווען אין די לענדן פוּן זיין אָב, בּעת מַלכּי-צֶדֶק איז אַברָהם מקַבּל-פָּנים געווען [זען בראשית 20-14:17]. 11 היינט, אויבּ די שלֵימות וואָלט טאַקע געווען דוּרך דער כּהוּנה פוּן די בּנֵי-לֵוִי, די לויים -- ווייל אוּנטער די כּהוּנה פון לֵוִי האָט הָעָם מקַבּל געווען די מתן תּוֹרה -- צוּליבּ וואָס איז נאָך נייטיק געווען, אַז ס'זאָל אויפשטיין אַן אַנדערער כֹּהן לויט דעם סֵדר פוּן מַלכִּי-צֶדֶק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17], און נישט גערעכנט צוּ ווערן לויט דעם סֵדר פוּן אהרן? 12 ווייל מיט דער חִלּוּפֵי-מִשְמָרוֹת פון די כּהוּנה בהכרח מוז אויך אָנרירן דער תּוֹרה [זען ישעיהו 42:4, אינדזלען וועלן וואַרטן אויף משיחס תּוֹרה]. 13 מחמת דער, אויף וועמען די דאָזיקע זאַכן ווערן געזאָגט, געהערט צוּ אַן אַנדערן שֵבֶט, פוּן וועלכן קיינער האָט נישט געטאָן קיין אַבוֹדה בּיים מזבֵּחַ. 14 ווייל עס איז קלאָר, אַז רבּי מלך המשיח אֲדֹנֵינוּ האָט געשטאַמט פוּן יהוּדה, וועגן וועלכן שֵבֶט האָט מֹשה [רבינו] גאָרנישט גערעדט בּנוֹגֵע כֹהַנים. 15 און עס איז נאָכמער קלאָר, אויבּ אַן אנדערער כֹּהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מַלכִּי-צֶדֶק, 16 וועלכער איז געמאַכט געוואָרן אַ כֹּהן נישט ווי שֵבֶט לֵוִי נאָך דעם חוֹק פוּן אַ בָּשָׂר-ודָם, נאָר נאָך דער גבוּרה לְחַיֵּי אֵין סוֹף; 17 וואָרעם סע ווערט עֵדות געזאָגט פוּנוועגן אים : אַתָה־כֹהֵן לְעוֹלָם עַל־דִבְרָתִי מַלְכִי־צֶדֶק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. 18 צוּליבּ דעם, וואָס אַ פריערדיק געבּאָט ווערט אָפּגעטאָן, מחמת פוּנוועגן זיין שלאַפקייט און אוּמנוּצלעכקייט -- 19 מחמת די תּוֹרה האָט גאָרנישט שלמוּתדיק געמאַכט -- און דערפאר ווערט אַרייַנגעבּראַכט אַ תִּקְוָה טוֹבָה יוֹתֵר, וואָס דוּרך איר גענעענען מיר צוּ ה'. 20 און הֶיוֹת ער איז עס נישט געוואָרן אָן אַ שבוּעה -- 21 מחמת זיי זענען געמאַכט געוואָרן כֹּהַנים אָן אַ שבוּעה, ער אָבּער מיט אַ שבוּעה דוּרך דעם, וואָס זאָגט פוּנוועגן אים : נִשְבַע ה' וְלֹא יִנָחֵם, אַתָה־כֹהֵן לְעוֹלָם עַל־דִבְרָתִי מַלְכִי־צֶדֶק [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. 22 בזכות שבועה זאת, רבי מלך המשיח איז געוואָרן די עָרבות פוּן אַ בְּרִית טוֹבָה יוֹתֵר [זען ירמיהו (34-31)33-31:30]. 23 און זיי זענען געמאַכט געוואָרן פאַר אַ סַך כֹּהַנים, מחמת וואָס דוּרך דעם מָוֶת זענען זיי געשטערט צוּ פאַרבּלייַבּן; 24 רבי מלך המשיח אָבּער, מחמת ער בּאַשטייט לעוֹלם, האָט זיין כּהוּנה אוּמפאַרענדערלעך. 25 דערפאר איז ער אויך אין אַלץ בִּיכוֹלת לְהוֹשִיעַ לָנֶצַח צוּ די, וואָס גענעענען דוּרך אים צוּ ה', מחמת הוא חַי לעוֹלם, כּדי לְהַפְגִּיעַ [זען ישעיהו 53:12] פאַר זיי. 26 מחמת פאַר אוּנדז האָט זיך געפּאַסט אַזאַ כֹּהן-גָדול, וואָס איז קָדוֹש, תָּמים, טָהוֹר, אָפּגעשיידט פוּן בּעלי עבֵירה, און דערהויבּן איבּער די הימלען; 27 וואָס דאַרף נישט, ווי יענע כֹּהַנים-גדוֹלים, מַקריב זיין יעדן טאָג קָרבָּנות, רֵאשִית פאַר זיינע אייגענע חטאים, און דאַן פאַר די חטאים פוּן הָעָם; מחמת דאָס האָט ער געטאָן איין מאָל פאַר אַלעמאָל, ווען ער האָט זיך אַליין מַקריב געווען [זען ישעיהו 53:10]. 28 מחמת די תּוֹרה שטעלט אויף בני אדם פאַר כֹּהַנים-גדולים, וואָס האָבּן שוואַכקייטן, אָבּער דאָס דָּבָר פוּן דער שבוּעה [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17], וואָס איז געקוּמען נאָך דער תּוֹרה, שטעלט אויף אַ זוּן [זוּן פוּן דער אויבּערשטער, משיח], וואָס איז שלֵימוּתדיק לעוֹלם. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |