Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים8 ח נו, דער עִיקר פוּן דעם, וואָס מיר זאָגן, איז אָט-דאָס: מיר האָבּן אַזאַ כֹּהן-גָדול, וועלכער האָט זיך אַנידערגעזעצט לִימִין כִּסֵּא הַגְּדֻלָּה בַּשָמַיִם [זען תהלים 110:1], 2 אַ מְשָרֵת בּקֹּדֶש פוּן דעם אֶמֶתן מִשכּן, וואָס אֲדֹנָי האָט אויפגעשטעלט, און נישט קיין בן אדם. 3 מחמת יעדער כֹּהן-גָדול ווערט בּאַשטימט מַקריב צוּ זיין מִנחוֹת און זבָחים; דערפאר איז סע נייטיק, אַז אויך דער דאָזיקער כֹּהן-גָדול זאָל האָבּן עפּעס מַקריב צוּ זיין. 4 דערפאר, אויבּ ער וואָלט געווען אויף הָאָרֶץ, וואָלט ער בִּכלַל נישט געווען קיין כֹּהן, ווייל עס זענען פאַראַנען יענע, וואָס זענען מַקריב קָרבָּנות אַל-פּי התּוֹרה. 5 זיי דינען דאָס, וואָס איז אַן אָפּבּילד און אַ שאָטן פוּן די הימלישע זאַכן, אַזוֹיווי מֹשה [רבינו] איז בּאַפוילן געוואָרן פוּן ה', ווען ער האָט געהאַלטן אין מאַכן דאָס מִשכּן. מחמת זאָגט ה', רְאֵה וַעֲשֵה הַכֹל כְתַבְנִית אֲשֶר־אַתָה מָרְאֶה בָהָר [שמות 25:40,9]. 6 איצט אָבּער האָט אונדזער כֹּהן-גָדול דערגרייכט אַ בּעסערע עבוֹדת קודש שרוּת אויף אַזויפיל, אויף וויפל אויך דער בּרית, פון וועלכן ער איז דער מֵליץ [מְתַוֵּךְ], איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הַבטָחות. 7 ווייל אויבּ יענער ערשטער בְּרִית וואָלט געווען אָן אַ חַסָרון, יעמאָלט וואָלט מען נישט געזוּכט קיין סִיבּה פאַר אַ ברית שנייה [ברית חדשה, צווייטן ברית, זען ירמיהו (34-31)33-31:30]. 8 ווייל ווען ה' מוּסרט זיי, זאָגט ה' : הִנֵה יָמִים בָאִים, נְאֻם־ה', וְכָרַתִי אֶת־בֵית יִשְרָאֵל וְאֶת־בֵית יְהודָה בְרִית חֲדָשָה; 9 לֹא כַבְרִית אֲשֶר כָרַתִי אֶת־אֲבוֹתָם בְיוֹם הֶחֱזִיקִי בְיָדָם לְהוֹצִיאָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, אֲשֶר־הֵמָה הֵפֵרו אֶת־בְרִיתִי וְאָנֹכִי בָחַלְתִי בָם, נְאֻם־ה'. 10 כִי זֹאת הַבְרִית אֲשֶר אֶכְרֹת אֶת־בֵית יִשְרָאֵל אַחֲרֵי הַיָמִים הָהֵם, נְאֻם־ה': נָתַתִי אֶת־תוֹרָתִי בְקִרְבָם וְעַל־לִבָם אֶכְתֳבֶנָה, וְהָיִיתִי לָהֶם לֵאלֹקִים וְהֵמָה יִהְיו־לִי לְעָם, 11 וְלֹא יְלַמְדו עוֹד אִיש אֶת־רֵעֵהו וְאִיש אֶת־אָחִיו לֵאמֹר, דְעו אֶת ה'; כִי כולָם יֵדְעו אוֹתִי לְמִקְטַנָם וְעַד־גְדוֹלָם. 12 כִי אֶסְלַח לַעֲוֹנָם, ולְחַטָאתָם לֹא אֶזְכָר־עוֹד [זען ירמיהו (34-31)33-31:30]. 13 און דערמיט, וואָס ה' זאָגט אַ חֲדָשָה, האַט ה' יִשֵן געמאַכט דעם ערשטן [בּרית]; אוּן דאָס, וואָס ווערט אַלט איז קָרוֹב לַחֲלֹף [זען נשא ויקרא 16:22; ישעיהו 53:12 וואָס זאָגט אַז משיח האט גענומען דעם אָרט פון שעיר לעזאזל אלס דֶרֶך ישועת אלוקינו, נאָר גאָרנישט האט גענומען דעם אָרט פון דער תּוֹרה, זען טימב 17-3:16; מהש 25-21:20]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |