Hebrews 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים9

ט און אַפילו דער ערשטער בְּרִית האָט אויך געהאַט דִינים פוּן עַבוֹדת קודש, און זיין מִקדש איז געווען פוּן דער עוֹלם הַזֶּה. 2 ווייל עס איז געווען אָנגעבּרייט אַ מִשכּן, דאָס ערשטע, וואָס אין אים איז געווען די מנוֹרה, און דער שוּלחן, און דאָס לֶחֶם-הַפָּנים; און גערוּפן האָט מען עס מָקום-קָדוש. 3 און הינטער דעם צווייטן פָּרוֹכֶת דאָס מִשכּן, וואָס ווערט אָנגערוּפן קָדשי-קָדשים; 4 וואָס האָט געהאַט אַ גאָלדענעם מִזבֵּחַ פון קטוֹרֶת און דעם אֲרוֹן-הַבּרית, וואָס איז אינגאנצן געווען בּאַדעקט מיט זָהָב, אין וועלכן [עס איז געווען] אַ גאָלדענער קרוג מיט דעם מָן דערינען, און מַטֵּה אַהֲרֹן, וואָס האָט געבּליט, און די לוּחות-הַבּרית; 5 און איבּער אים די כּרוּבֵי-הַכָּבוד, וואָס האָבּן בּאַשאָטנט דאָס כַּפּוֹרֶת; וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן בּאַזוּנדער. 6 און אַזוי, ווי די דאָזיקע זאַכן זענען געווען אַזוי אָנגעבּרייט, גייען די כֹּהַנים כּסֵדר אַריין אין דעם ערשטן מִשכּן צוּ טאַן די עבודת קודש שרות; 7 אין דעם צווייטן אָבּער, דער כֹּהן-גָדול אַליין, איינמאָל אין דעם יאָר, נישט אָן דָּם, וואָס ער איז מַקריב פאַר זיך, און פאַר די שגָגות פוּן הָעָם. 8 דערמיט ווייזט דער רוּחַ הַקוֹדֶש אויף, אַז דער דֶּרֶךְ צוּם קָדשי-קָדשים איז נאָך נישט געווען אַנטפּלעקט, כּשעת דער ערשטער מִשכּן איז נאָך געשטאַנען [זען יוחנן 14:6]. 9 דאָס איז אַ מָשל פאַר דער הייַנטיקער צייט; לויט אים איז מען מַקריב מִנחוֹת און זבָחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלימותדיק מאַכן דעם, וואָס טוּט די מְשָרֵת הַקֹּדֶש, 10 ווייל זיי זענען בּלויז חוּקים פוּנוועגן שפּייזן און געטראַנקען און פאַרשידענע טבִילות פוּן דעם פלייש, אַרויפגעלייגט בּיז צוּ אַ צייט פוּן תִּקוּן העוֹלָם [זען יהודים אין משיח 12-7:11]. 11 אָבּער ווען בא רבי מֵלך המָשיחַ, אַ כֹּהן-גָדול פוּן די גוּטע קוּמענדיקע זאַכן [פון הברית החדשה], ער איז אַרייַנגעגאַנגען דוּרך דעם גרעסערן און מער שלֵימוּתדיקן מִשכּן אין שמים, וואָס איז נישט געמאַכט געוואָרן מיט קיין הענט, דאָס הייסט, נישט פוּן דעם דאָזיקן בּאַשאַף, 12 אויך נישט אַפילו דוּרך דעם דָּם פוּן שעירים און עגלים, נייערט דוּרך זיין אייגענעם דָּם [זען ישעיהו 52:15], איז אַרייַנגעגאַנגען איין מאָל פאַר אַלעמאָל אין דעם קֹדֶש הַקֲדָשִים אַריין, און געפונען גאוּלת עוֹלָם. 13 ווייל אויבּ דאָס דָּם פוּן שעירים און עגלים, און דאָס אֵפֶר הַפָּרָה, וואָס איז געשפּרענגט געוואָרן אויף די, וואָס זענען געווען טָמא, האָט געהייליקט צוּ דער רייניקייט פוּן דעם פלייש, 14 אויף וויפל מער וועט דאָס דָּם פוּן מָשיחַ, וואָס האָט דוּרך דעם רוּחַ עוֹלָמים זיך מַקריב געווען אָן אַ מוּם צוּ ה', רייניקן אייער געוויסן פוּן טויטע מעשׂים, צוּ דינען אלוקים חיים? 15 און צוּליבּ דער דאָזיקער סִיבּה איז משיח דער מְתַוּךְ [מֵליץ] פוּן אַ בְּרִית חֲדָשָה, כּדי אַ מָוֶת, וואָס איז געשען פוּנוועגן דער גְאוּלָה פְּדוּת פוּן די עַבֵירוֹת, וואָס זענען געווען אוּנטער דעם בְּרִית הָרִאשוֹנָה, זאָלן די, וואָס זענען בּאַרוּפן געוואָרן, מקַבּל זיין די הַבטָחה פוּן דער נַחֲלַת עוֹלם. 16 ווייל וואוּ עס איז פאַראַן אַ צַווָאה [בְּרִית], דאָרט מוּז זיין נייטיק דער מָוֶת פוּן דעם, וואָס האָט זי געמאכט. 17 ווייל אַ צווָאה איז אין קראַפט, ווען אַ בן אדם איז שוין געשטאָרבּן; מחמת זי האָט נישט קיין האַפט ווען דער, וואָס האָט געמאַכט די צַווָאה, לעבּט. 18 דעריבּער איז אויך דער בְּרִית הָרִאשוֹנָה נישט געהייליקט געוואָרן אָן דָּם. 19 ווייל אַזוי ווי יעדע מִצוָה איז דוּרך מֹשה [רבינו] גערעדט געוואָרן עַל-פּי התּוֹרה צוּם כל הָעָם, האָט ער גענוּמען דאָס דָּם פוּן עגלים און שעירים, מיט מַיִם און פוּרפּוּרוואָל און אֵזוֹב, און האָט בּאַשפּרענגט סיי דאָס סֵפר און סיי דאָס כל הָעָם, 20 אַזוי צוּ זאָגן : הִנֵּה דַם-הַבְּרית [זען שמות 24:8], וואָס ה' האָט אייך געבּאָטן. 21 הוּצדעם האָט ער דאָס מִשכּן און די אַלע כֵּלים פוּן דער עבודת קודש שרוּת געשפּרענגט מיט דעם דָּם אויף אַן ענלעכן אוֹפן. 22 און לויט דער תּוֹרה, ווערט כּמַעט אַלץ מְטֹהָרִים מיט דָּם, און אָן שפיכת דָּם איז נישטאָ קיין מְחִילָה [זען ויקרא 17:11]. 23 דעריבּער איז עס טאַקע נייטיק געווען, אַז די תַּבְנִית [זען שמות 25:40] פוּן די הימלישע זאַכן זאָלן אַזוי מְטֹהָרִים ווערן, אָבּער די הימלישע זאַכן גוּפא מיט בּעסערע קָרבָּנות, איידער די דאָזיקע. 24 ווייל רבי מֵלך המָשיחַ איז נישט אַרייַנגעגאַנגען אין אַ קֹדֶש הַקֲדָשִים, וואָס איז געמאַכט געווארן מיט הענט, אַ תַּבְנִית [שמות 25:40] געגליכן אין געשטאַלט צוּ דעם אֶמֶתן, נייערט אין שָמַיִם אַריין גוּפא, צוּ ווייזן זיך איצט פוּן אוּנדזערטוועגן פאַר ה'; 25 נישט כּדי מערערע מאָל זיך אַליין מַקריב צו זיין, ווי דער כֹּהן-גָדול גייט אַרייַן פוּן יאָר צוּ יאָר אין דעם קֹדֶש הַקֲדָשִים מיט דָּם, נישט זיין אייגנס; 26 ווייל אויבּ אַזוי, וואָלט ער אָפט געמוּזט ליידן זינט ששת-ימי-בּראשית, איצט אָבּער איז ער אויפן קץ העוֹלָמים איין מאָל אַנטפּלעקט געוואָרן, צוּ בּטל מאַכן די עבירה דוּרך דעם קָרבּן פוּן זיך אַליין [זען ישעיהו 53:10]. 27 און ווי עס איז בּאַשטימט פאַר די בּני-אדם איין מאָל צוּ שטאַרבּן, און נאָכדעם דער יום-הדין, 28 אַזוי וועט אויך רֶבּי מלך המָשיחַ, נאָכדעם ווי ער איז איין מאָל מַקריב געוואָרן צוּ חֵטְא רַבִּים נָשָא [ישעיהו 53:12], באַווייזן זיך אַ צווייט מאָל אָן זינד [זען יהודים אין משיח 4:15], פאַר דער ישוּעת אלוקינו פון די, וואָס וואַרטן אויף אים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Hebrews 8
Top of Page
Top of Page