Hebrews 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים10

י וואָרעם די תּוֹרה, האָבּנדיק נאָר אַ שאָטן פוּן די קוּמענדיקע גוּטע זאַכן, און נישט דאָס אָפּבּילד פוּן די זאַכן גוּפא, איז קיינמאָל נישט בִּיכוֹלת מיט די זעלבּע קָרבָּנות, וואָס זיי זענען כּסֵדר מַקריב יאָר נאָך יאָר, שלֵמוּתדיק צוּ מאַכן די, וואָס גענעענען. 2 ווייל אין קעגנפאַל וואָלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צוּ בּרענגען? צוליבּ דעם וואָס די, וועלכע ריכטן אָפּ די עבודת קודש, נאָכדעם ווי זיי זענען איין מאָל מְטֹהָרִים געוואָרן, וואָלטן מער נישט געהאַט דאָס בּאַוואוּסטזיין פוּן חֵטְא. 3 אין יענע קָרבָּנות אָבּער איז אַלע יאָר פאַראַן אַ זִכְרוֹן חֲטָאִים. 4 מחמת עס איז נישט מעגלעך, אַז דאָס דָּם פוּן פָּרִים און שעירים זאָל אַוועקנעמען חֲטָאִים. 5 על-כּן, ווען ער קוּמט אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, זאָגט ער : זֶבַח ומִנְחָה לֹא־חָפַצְתָ [תהלים (6)40:7], גוף כוֹנַנְתָ לִי; 6 עוֹלָה וַחֲטָאָה לֹא שָאָלְתָ. 7 אָז אָמַרְתִי: הִנֵה־בָאתִי - בִמְגִלַת־סֵפֶר כָתוב עָלַי - לַעֲשוֹת־רְצוֹנְךָ, אֱ-לֹהַי. 8 בּעת ער זאָגט אויבּן : זבח און מִנחָה, עוֹלָה און חַטָאָה האסטוּ נישט געוואָלט, אויך האָסטוּ דערין נישט געהאַט קיין וואוילגעפעלן -- וואָס מען איז זיי מַקריב עַל-פּי הַתּוֹרה -- 9 יעמאָלט האָט ער געזאָגט: הִנֵה בָאתִי לַעֲשוֹת רְצוֹנְךָ. ער שאַפט אָפּ דאָס ערשטע, כּדי ער זאָל בּאַפעסטיקן דאָס צווייטע. 10 דוּרך דעם דאָזיקן רָצון זענען מיר געהייליקט געוואָרן דוּרך דעם מַקריב זיין פוּן דעם גוּף פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איין מאָל פאַר אַלעמאָל. 11 און יעדער כֹּהן שטייט יוֹם יוֹם צוּ טאָן די עַבוֹדת קודש און מַקריב צוּ זיין די זעלבּיקע קָרבָּנות, וואָס קאָנען קיינמאָל נישט אַוועקנעמען די חֲטָאִים; 12 רבי מלך המשיח אָבּער, נאָכדעם ווי ער האָט מַקריב געווען איין קָרבּן פאַר חֲטָאִים לעוֹלם, האָט יָשַב לִימִין ה' [זען תהלים 110:1], 13 וואַרטנדיק פוּן יעמאָלט אַן, בּיז זיינע שׂוֹנאים וועלן געאמַכט ווערן דאָס פוּסבּענקל פוּן זיינע רגלים. 14 מחמת דוּרך איין קָרבּן האָט ער לעוֹלם שלֵמוּתדיק געמאַכט די, וואָס זענען געהייליקט געוואָרן. 15 און דער רוּחַ הַקוֹדֶש זאָגט אוּנדז אויך עֵדות; מחמת נאָכדעם ווי ער האָט געזאָגט: 16 זֹאת הַבְרִית אֲשֶר אֶכְרֹת אִתָם אַחֲרֵי הַיָמִים הָהֵם, נְאֻם־ה': נָתַתִי אֶת־תוֹרָתִי בְקִרְבָם וְעַל־לִבָם אֶכְתֳבֶנָה, 17 וְלַעֲוֹנָם וּלְחַטָאתָם לֹא אֶזְכָר־עוֹד [זען ירמיה 33-31:32]. 18 און אוואו עס איז פאַראַן אַ פאַרגעבּונג פון די דאָזיקע דאָרט גיבּט מער נישט קיין קרבּן פאַר חֲטָאִים. 19 דערפאר, אַחִים במשיח, ווייל מיר האָבּן בּטָחון אריינצוגיין אין קֹדֶש הַקֲדָשִים דוּרך דעם דָּם פוּן יהושע/ישוע, 20 דוּרך דעם דֶּרֶךְ חֲדָשָה און חַיָּה, וואָס ער האָט געהייליקט פאַר אוּנדז דוּרך דעם פָּרוֹכֶת, דאָס הייסט, דוּרך בָּשָׂר פון משיח; 21 און ווייל מיר האָבּן אַ כֹּהן-גָדול איבּער דעם בֵּית ה', 22 לאָמיר גענעענען מיט אַ לֵבָב שָלֵם אין דער גאַנצקייט פוּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, כּדי אוּנדזערע לְבָבוֹת זאלן זיין בּאַשפּרענגט און פריי פוּן אַ בּייז געוויסן, און אוּנדזערע לייַבּער זאַלן געוואַשן ווערן מיט מַיִם טְהוֹרִים; 23 לאָמיר זיך האַלטן פעסט אין דער אָפענער בּאַקענוּנג פוּן אוּנדזער תִּקְוָה, כּדי זי זאָל זיך נישט טרייסלען, וואָרעם געטריי איז דער, וואָס האָט מַבטִיחַ געווען; 24 און לאָמיר טראַכטן צוּ דערוועקן איינער דעם אַנדערן צוּ אַהֲבָה און מצוות, 25 און נישט פאַרלאָזן אוּנדזער אייגן משיחיסט מִנְיָן אייַנזאַמלען זיך אינאיינעם, ווי עס איז בּיי עטלעכע דער מִנהג, נייערט לאָמיר מַזהיר זיין איינער דעם אַנדערן, און אַ סַך מער צוּליבּ דעם, ווייל איר זעט, אַז דער יוֹם [הדין] זיך דערנענטערט. 26 מחמת אויבּ מיר זינדיקן בּכִּיוון, נאָכדעם ווי מיר האָבּן מקַבּל געווען דאָס דַּעַת פוּן דעם אֶמת, יעמאָלט פאַרבּלייַבּט נישט מער קיין קָרבּן פאַר חֲטָאִים, 27 נייערט אַ מוֹרֶאדיק דערוואַרטן פוּן מִשפּט, און אַ געפערלעך אֵש, וואָס וועט פאַרצערן די ווידערשפּעניקע. 28 דער, וואָס איז עוֹבר תּוֹרַת-מֹשה [רבינו], ווערט אָן דערבּאַרעמוּנג געטייט אויף דעם דָּבָר פוּן 2 אָדער 3 עֵדות [זען דברים 19:15]; 29 היינט, וואָסער האַרבּערע עֹנֶש, מיינט איר, איז ווערט דער, וואָס האָט געטרעטן מיט די רגלים דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, און האָט מחַלֵל געווען דאָס דָּם פוּן דעם בְּרִית, מיט וואָס ער איז געהייליקט געוואָרן, און געלעסטערט דעם גייסט פוּן חֶסֶד? 30 מחמת מיר קענען אים, וואָס האָט געזאָגט: לִי נָקָם וְשִלֵם [זען דברים 32:35]. און ווידער אַמאָל : יָדִין ה' עַמוֹ [דברים 32:36]. 31 עס איז אַ מוֹרֶאדיקע זאַך אַרייַנצוּפאַלן אין די הענט פוּן דעם אלוקים חיים. 32 דערמאָנט אייך אָבּער די פריערדיקע טעג, אין וועלכע איר זענט בּאַלויכטן געוואָרן, און איר האָט דערטראָגן אַ שווערן מַאֲבָק פוּן עִנוּיִים, 33 טיילווייַז, ווייל איר זענט געוואָרן אַ שוישפּיל דוּרך חַרפּות און צָרות, און טיילווייַז, ווייל איר זענט געוואָרן טיילנעמער מיט די, וואָס זענען אַזוי בּאַהאַנדלט געוואָרן. 34 מחמת איר האָט געהאַט גמילות חסדים אויף די, וואָס זענען געווען אין קייטן, און האָט אָנגענוּמען מיט שִׂמְחָה די בּאַרויבּוּנג פוּן אייער האָבּ און גוּטס, ווייל איר ווייסט, אַז איר האָט אַ גרעסער פאַרמעגן, און אַ בּאַשטענדיקס. 35 פאַרוואַרפט דעריבּער נישט אייער בּטָחון, וואָס האָט אַ שכר רב. 36 מחמת איר נייטיקט זיך אין געדוּלד, כּדי נאָכדעם ווי איר וועט האָבּן געטאָן דעם רָצון ה', זאָלט איר מקַבּל זיין די הַבטָחה. 37 מחמת עוֹד מְעַט קָט וְהַבָּא יָבוֹא, וְלֹא יְאַחֵר. 38 צַדִיק בֶאֱמונָתוֹ יִחְיֶה ; וְאִם יִסוֹג לֹא רָצְתָה נַפְשִי בּוֹ. [חבקוּק 4-2:3]. 39 מיר זענען אָבּער נישט פוּן די, וואָס ציען זיך צוּריק צוּ פאַרדאַרבּוּנג, נייערט פוּן די, וואָס האָבּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין ישועת אלוקינו ראַטעווען זייער נפש.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Hebrews 9
Top of Page
Top of Page