Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים11 יא [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אָבּער איז דער בּטחון פוּן די זאַכן, אויף וועלכע מען האָט תִּקְוָה, אַן אִיבּערצייגוּנג פוּן זאַכן, וואָס מען זעט נישט. 2 מחמת דורך דער דאָזיקער האָבּן די זקֵנים בּאַקוּמען אַן עֵדות. 3 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פאַרשטייען מיר, אַז די וועלטן זענען בּאַשאַפן געוואָרן דוּרך דעם דָּבָר ה', אַזוי, אַז וואָס סע ווערט געזען, איז נישט געמאַכט געוואָרן פוּן זאַכן, וואָס שיינען צוּ זיין [זען תהלים 33:6; משלי 30:4; 8:30]. 4 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט הֶבֶל מַקריב געווען צוּ ה' אַ סַך אַ בּעסערן קָרבּן ווי קַיִן, דוּרך וועלכן ער האָט באַקוּמען אַן עֵדות, אַז ער איז אַ צַדיק, ווען ה' האָט עֵדות געזאָגט אין שייַכות מיט זיינע מתנות; און דוּרך אים, הַגַם ער איז נִפְטָר, רעדט ער דאָך נאָך אַלץ. 5 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איז חַנוֹך אַוועקגענוּמען געוואָרן, אַז ער זאָל נישט זען דעם מָוֶת; וְאֵינֶנו כִי־לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים [זען בראשית 5:24]; וואָרעם איידער ער איז אַוועקגענוּמען געוואָרן, האָט ער בּאַקוּמען דאָס עֵדות, אַז ער איז געווען וואוילגעפעלן געוואָרן צו ה'. 6 און אָן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איז נישט מעגלעך וואוילגעפעלן צוּ ווערן פאַר ה'; וואָרעם דער, וואָס גענעענט פאַר ה', מוּז גלויבּן, אַז ה' עקסיסטירט, און אַז ער וועט זיין אַ גומל-שכר צו די, וואָס זוּכן אים. 7 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט נֹחַ, ווען ער איז געוואָרנט געוואָרן פוּן ה' בּנוֹגֵע זאַכן, וואָס מע האָט נאָך נישט געזען, מיט יִראַת-הכבוד געבּויט אַ תֵּבֶה, פאָר ישועת אלוקינו פון זיין בֵּית; דוּרך וועלכער ער האָט פאַרמִשפּט די עוֹלם הַזֶּה, און איז געוואָרן אַ יוֹרֶש פוּן דער צדקות, וואָס איז פוּן אֶמוּנה [זען בראשית 15:6; חבק' 2:4]. 8 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט אַברָהם געהאָרכט, ווען ער איז גערוּפן געוואָרן, אַרויסצוּגיין צוּ אַ מָקוֹם, וואָס ער האָט געזאָלט בּאַקוּמען פאַר אַ ירושה; און ער איז אַרויסגעגאַנגען, נישט וויסנדיק וואוּהין ער איז געגאַנגען. 9 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איז ער געוואָרן אַ גֶר אין דעם לאַנד פוּן דער הַבטָחה, ווי אין אַן אֶרֶץ זָרָה, און האָט געוואוינט אין אֹהָלִים מיט יִצחָקן און יַעקֹבן, די יוֹרשים מיט אים פוּן דער זעלבּער הַבטָחה; 10 ווייל ער האָט געוואַרט אויף דער שטעטל, וואָס האָט יסוֹד עולם, וואָס איר מְתַכְנֵן און בּוימייַנסטער איז ה'. 11 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט אַפילו שָׂרָה אַליין געקריגן כֹּחַ טראָגעדיק צוּ ווערן, הַגַם זי איז שוֹין געווען אַריבּער דער צייט, ווייל זי האָט געהאַלטן פאַר געטריי דעם, וואָס האָט מַבטִיחַ געווען. 12 דערפאר איז אויך אַרויסגעקוּמען פוּן איינעם, און דער, אַזוי גוּט ווי נִפְטָר, אַזויפיל ווי די שטערן פוּן שָמַיִם, און ווי דאָס זאַמד בּיים בּרעג יַם, נישט צוּם ציילן [זען בראשית 15:5; 22:17]. 13 די אַלע זענען נִפְטָרים אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, הַגַם זיי האָבּן נישט מקַבּל געווען די הַבטָחות, נאָר האָבּן זיי געזען און זיי בּאַגריסט פוּן דערווייַטנס, און האָבּן מוֹדה געווען, אַז זיי זענען זָרִים און גוֹלים אין גָּלוּת פון עולם הזה. 14 מחמת די, וואָס רעדן אויף אַזאַ אוֹפן, מאַכן קלאָר, אַז זיי זוּכן אַן אֶרֶץ מוֹשָב היימלאַנד. 15 און וואָלטן זיי געווען געטראַכט פוּן יענעם לאַנד, פוּן וועלכן זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, וואָלטן זיי געהאַט אַ געלעגנהייט זיך אוּמצוּקערן. 16 איצט אָבּער בּאַגערן זיי אַ בּעסער לאַנד, דאָס הייסט, אַ הימליש לאַנד. דערפאר שעמט זיך נישט ה' מיט זיי, גערוּפן צוּ ווערן זייער אלוקים; ווייל ער האָט פאַר זיי אָנגעבּרייט אַן עִיר קודש. 17 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט אַברָחם, ווען ער איז געפּרוּאווט געוואָרן, געבראכט יצחָקן צוּ דער עַקֵדָה; און ער, וואָס האָט מקַבּל געווען די הַבטָחות, איז געווען גרייט מַקריב צוּ זיין זיין בֶּן-יָחִיד; 18 צוּ וועמען סע איז געזאָגט געוואָרן: כִי בְיִצְחָק יִקָרֵא לְךָ זָרַע [בראשית 21:12], 19 רעכענענדיק, אַז ה' איז בִּיכוֹלת יִצְחָק אויפצוּאוועקן אַפילו פוּן די טויטע, פוּנוואַנען ער האָט אים אויך בּדֶרֶך מָשל (טִיפּוּס) צוּריק בּאַקוּמען. 20 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט יִצחָק געבּענטשט יעקֹבן און עֵשָׂון, אַפילו וועגן זאַכן, וואָס האַבּן געדאַרפט געשען. 21 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט יַעקֹב, בּיים שטאַרבּן געבּענטשט יעדן פוּן בְּנֵי יוֹסף, וְקַד מֵעַל רֹאש הַמַּטֶּה [זען אויך בראשית 47:31]. 22 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט יוֹסף, ווען זיין סוֹף איז געווען נאָענט, דערמאָנט פוּנוועגן דעם יְצִיאַת-מִצרַיִם פוּן די בּנֵי-יִשׂרָאל, און האָט בּאַפוילן בּנוֹגֵע זיינע בּיינער [זען בּראשית 50:25]. 23 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איז מֹשה [רבינו], נאָכדעם ווי ער איז געבּוירן געוואָרן, געווען פאַרבּאָרגן פוּן זיינע הוֹרים 3 חַדָשים [זען שמות 2:2], מחמת זיי האָבּן געזען, אַז ער איז אַ שיין יֶלֶד; און זיי האָבּן נישט מוֹרא געהאַט פאַר דעם בּאַפעל הַמֶּלֶךְ. 24 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט מֹשה [רבינו], ווען ער איז אויסגעוואַקסן, זיך אָפּגעזאָגט גערוּפן צוּ ווערן דער בֵּן צו בַּת פַּרעֹה, 25 אויסוויילנדיק צוּ ליידן מיט הָעָם ה', איידער הַנָאה צוּ האַבּן אויף אַ צייט פוּן תַּענוּגים פוּן חֵטְא, 26 האַלטנדיק די חרפּה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ פאַר אַ גרעסער עַשִירות ווי די אוֹצרות פוּן אֶרֶץ מִצרַיִם; ווייל ער האָט פאַראויסגעזען דעם שׂכַר. 27 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט ער פאַרלאָזן אֶרֶץ מִצרַיִם, און נישט מוֹרא געהאַט פאַר דעם גרימצאָרן פוּן דעם מֵלך; מחמת ער האָט דערטראָגן, ווי ער וואַלט געזען אים, וועמעס פָּנים מע קען נישט זען. 28 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה האָט ער געהאַלטן פֵּסח, און דאָס שפּרענגען פוּן דעם דָּם [זען מזוּזֹת, שמות 12:22], כּדי דער מַשחִית פוּן די בּכוֹרים זאָל זיי נישט אָנרירן. 29 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה זענען זיי דוּרכגעגאַנגען דעם יַם-סוּף ווי דוּרך יַבָּשָה; וואָס די מִצרים, ווען זיי האַבּן דאָס געפּרוּאווט צוּ טאָן, זענען זיי דערטרוּנקען געוואָרן [זען מיכה 7:19; רומ' 6:3]. 30 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה זענען די מויערן פוּן ירִיחוֹ אייַנגעפאַלן, נאָכדעם ווי זיי זענען אַרוּמגערינגלט געוואָרן 7 טעג. 31 דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איז רָחָב-הַזוֹנה נישט אוּמגעקוּמען מיט די, וואָס זענען געווען ווידערשפּעניק, ווייל זי האָט אויפגענוּמען די מרַגלִים בּשָלום. 32 און וואָס נאָך זאָל איך זאָגן? מחמת סע וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גִדעוֹנען, בָּרָקן, שִמשוֹנען, יִפתַּחן, דָוִדן און שמוּאֵלן און די נבִיאים --33 וועלכע האַבּן דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה איינגענומען מלוּכות, האַבּן געטאָן צדקות, האָבּן מקַבּל געווען הַבטָחות, האָבּן פאַרשטאָפּט די מיילער פוּן אֲרָיוֹת, 34 האָבּן פאַרלאָשן די קראַפט פוּן אֵש, אַנטלאָפן פון דער שאַרף פוּן דער חֶרֶב, פוּן שוואכקייט זענען זיי געמאַכט געוואָרן שטאַרק, זענען געוואָרן גיבּוֹרים אין מִלחָמה, האָבּן פאַריאָגט צִבְאוֹת זָרִים. 35 נָשים האַבּן בּאַקוּמען זייערע טויטע דוּרך הֵקִים לִתְחִיָּה; און אַנדערע זענען געפּייַניקט געוואָרן און געשטארבן על קידוש ה', נישט אָנגענוּמענדיק קיין בּאַפרייאונג, כּדי זיי זאַלן זוֹכה זיין אַ בּעסער תּחִיַת-מֵתים. 36 אַנדערע זענען אויסגעפּרואווט געוואָרן דורך שפּאָט און שלעק און אויך דורך קייטן און בֵּית הַסֹּהַר. 37 זיי זענען פאַרשטיינט געוואָרן, זיי האָבּן אויסגעשטאַנען נִסיוֹנות, זיי זענען פוּנאַנדער-געזעגט געוואָרן, זיי זענען געטייט געוואָרן מיט דער חֶרֶב; זיי זענען ארוּמגעגאַנגען אין שאָפנפעלן און ציגנפעלן, זיי זענען געווען פאַרלאָזן, געפּייַניקט, בְּסָבְלָם מַחסוֹר, צָרוֹת וְהִתעַלְּלוּת -- 38 וואָס די עוֹלם הַזֶּה איז זיי נישט ווערט געווען -- זיי האָבּן געוואָגלט אין מִדבָּריוֹת און בּערג, און אין היילן און לעכער פוּן דער ערד. 39 און די אַלע, הַגַם זיי האָבּן געהאַט דאָס עֵדות פון ה', וואָס איז זיי געגעבּן געוואָרן דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, האָבּן נישט מקַבּל געווען די הַבטָחה, 40 ווייל ה' האָט אָנגעבּרייט עפּעס אַ בּעסערע זאָך פוּן אוּנדזערטוועגן, כּדי אָן אוּנדז זאָלן זיי נישט ווערן שלֵימוּתדיק. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |