Hebrews 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הדרך המשיחיסטים12

יב דערפאר, ווייל מיר זענען אַרוּמגערינגלט מיט אַזאַ גרויסן עֲנַן עֵדות, לאָמיר אַוועקלייגן יעדע מַשׂא, און די עבירה, וואָס בּאַהעפט זיך צוּ אוּנדז, און לאָמיר לויפן מיט סבלנות דעם וועטלויף, וואָס ליגט פאַר אוּנדז, 2 און קוּקן אויף יהושע/ישוע, דעם מְכוֹנֵן פוּן אוּנדזער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און מַשְלִימָהּ, וואָס צוּליבּ דער שִׂמְחָה, וואָס איז געווען אָנגעבּרייט פאַר אים, האָט ער דערטראָגן דעם בּוים, האָט פאַראָפּשייַט די חַרפּה פון דעם בּוים, און האָט זיך יָשַב לִימִין פון דעם כִּסֵא-ה'. 3 ווייל בּאַטראַכט אים, וואָס איז אויסגעשטאנען אַזאַ ווידערשפּרוך פוּן חוטאים קעגן אים (משיח), כּדי איר זאָלט נישט ווערן מיד און אָפּגעשוואַכט אין אייערע נשָמות. 4 איר האָט זיך נאָך נישט אנטקייגנגעשטעלט בּיז דָּם על קידוש ה' אין דעם מַאֲבָק קעגן חֵטְא, 5 און איר האָט פאַרגעסן די וואָרנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו בָּנִים: מוסַר ה', בְנִי, אַל־תִמְאָס, וְאַל־תָקֹץ בְתוֹכַחְתּוֹ; 6 כִי אֶת אֲשֶר יֶאֱהַב ה' יוֹכִיחַ, יַכְאִיב אֶת־בֵּן יִרְצֶה [משלי 12-3:11; איוב 5:17]. 7 אויבּ איר האַלט אויס מוסר, בּאַציט זיך ה' צו אייך ווי צו בָּנִים; ווייל וואָסער זוּן איז עס, וועמען זיין אָב טוּט נישט מוסרן? 8 אויבּ אָבּער איר ווערט נישט געמוסרט, וואָס אין דעם זענען אַלע טיילנעמער, יעמאָלט זענט איר מַמזֵרים, און נישט קיין בָּנִים. 9 מיר האָבּן דאָך אויך געהאַט לייַבּלעכע אבות וואָס האָבּן אוּנדז צוּ מוסרן, און מיר האָבּן זיי אָפּגעגעבּן כָּבוד; צי זאָלן מיר דען נישט פיל מער זיך אוּנטערטעניק צו דעם אֲבִי הָרוּחוֹת, און לעבּן? 10 ווייל זיי האָבּן אוּנדז געמוסרט אויף אַ קוּרצער צייט, לויט ווי זיי האָבּן עס געהאַלטן פאַר נייטיק, ה' אָבּער טוּט עס פאַר אוּנדזער נוּצן-וועגן, כּדי מיר זאָלן האָבּן אַ חלק אין זיין קדוּשה. 11 אַלע זעט אויס, בּעת מוסר קוּמט אויף אוּנדז, צוּ זיין נישט קיין שמחה, נייערט טרויעריק; דאָך שפּעטער טראָגט זי פרידלעכע פֵּירות פון שלום און צדקות פאַר די, וואָס לערנען זיך עפּעס דערפוּן אָפּ. 12 על-כּן, חַזְּקוּ אויף די יָדַיִם, די שלאַפע, און שטאַרקט די מידע קני [זען ישעיהו 35:3], 13 און מאַכט נְתִיבוֹת יְשָרוֹת פאַר אייערע רגלים, כּדי דער לאָמער זאָל נישט אָפּקערן פוּן וועג, נאָר זאָל ליבּער געהיילט ווערן. 14 יאָגט זיך נאָך שָלום מיט כל בני אדם, און דער קדוּשָה, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען ה'. 15 און היזהרו, אַז קיינער זאָל נישט אָפּפאַלן פון דעם חֶסֶד ה', אַז סע זאָל נישט אויפשפּראָצן אַ שֹׁרֶשׁ פוּן בּיטערקייט און אייך בּאַשווערן, און דורכדעם מטַמא מאַכן דעם רבּים; 16 אַז קיינער זאָל נישט זיין קיין אִיש פון גילוי עריות, אָדער אַ חָנֵף ווי עֵשָׂו, וואָס האָט פאַר אַ געקעכץ פאַרקויפט זיין בּכוֹרה. 17 וואָרעם איר ווייסט, אַז אפילו שפּעטער, ווען ער האָט געוואָלט ירשענען די בּרָכה, איז ער פאַרוואָרפן געוואָרן; וואָרעם ער האָט נישט געפוּנען קיין מעגלעכקייט פון תּשוּבה, הַגַם ער האָט זי געזוּכט מיט טרערן. 18 וואָרעם איר זענט נישט געקוּמען צוּ קיין הָר, וואָס מען קען אָנרירן, און וואָס בּרענט מיט אֵש, און צוּ שוואַרצקייט, און חַֹשֶךְ און שטוּרעמווינט, 19 און דעם קול פוּן אַ שוֹפר, געקענט דערטראָגן דאָס, וואָס איז געבּאָטן געוואָרן : אויבּ אַפילו אַ בּהֵמה [זען שמות 13:19] רירט אָן דעם הָר, זאָל מען זי פאַרשטיינען. 21 און די דערשיינונג איז געווען אַזוי מוֹרֶאדיק, אַז מֹשה [רבינו] האָט געזאָגט: איך בּין פול מיט מורא און ציטער; 22 נאָר איר זענט געקוּמען צוּם הָר צִיון, און צוּ דער שטאָט פוּן דעם אלוקים חיים, דעם ירוּשָלַיִם שֶבַּשָּמָיִם, און צוּ אוּמצייליקע מַלאָכים בּעצרת, 23 צוּ דער כּנֶסֶת-הַגדוֹלה און משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן די בּכוֹרים, וואָס זענען איינגעשריבּן אין שָמַיִם, און צוּ ה', דעם שוֹפט הַכֹּל, און צוּ די רוּחוֹת הַצַדּיקים מושלמים, 24 און צוּ יהושע/ישוע, דעם מֵליץ [מְתַוֵּךְ] פוּן אַ בְּרִית חדשה, און צוּ דעם דָּם פוּן שפּרענגען [זען ישעיהו 52:15], וואָס רעדט בּעסערס, ווי דאָס דָּם פוּן הֶבלען. 25 היט זשע זיך, נישט צו פאַראַכטן דעם, וואָס רעדט. וואָרעם אויבּ יענע זענען נישט אַנטרוּנען, ווען זיי האָבּן זיך אָפּגעזאָגט פוּן דעם, וואָס האָט זיי מַזהיר געווען אויף הָאָרֶץ, אַ סַך מער וועלן מיר נישט אַנטרוּנען, אויבּ מיר קערן אָפּ פוּן דעם, וואָס טוּט מַזהיר זיין פוּן הימל, 26 וועמעס קוֹל האָט אַמאָל געמאַכט ציטערן הָאָרֶץ. און איצט אָבּער האָט ה' מַבטִיחַ געווען, אַזוי צוּ זאָגן : איך וועל נאָכאַמאָל מאַכן ציטערן נישט נאָר הָאָרֶץ, נאָר אויך דעם שָמַיִם [חגי 2:6]. 27 און דאָס דאָזיקע דָּבָר : נאָכאַמאָל, בּאַצייכנט דאָס איבּערשטעלן פוּן יענע זאַכן, וואָס טרייסלען זיך, ווי זאַכן, וואָס זענען געמאַכט געוואָרן, כּדי דאָס, וואָס טרייסלט זיך נישט, זאָל פאַרבּלייַבּן. 28 על-כּן, ווייל מיר זענען מקַבּל אַ מַלכות, וואָס קען זיך נישט טרייסלען, לאָמיר נבוא לפני ה' אסירי תודה, און דינען מיט וואוילגעפעלן פאַר ה', מיט יראת שמים און פרומקייט; מחמת אלוקינו איז אן אֵש אֹכְלָה [פאַרצערנדיק פייער, זען דברים 4:24; 9:3; ישעיהו 33:14].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Hebrews 11
Top of Page
Top of Page