Orthodox Hasidic Yiddish Bible הדרך המשיחיסטים13 יג זאָל די אַהֲבָת אַחִים בּמשיח בּלייבּן. 2 פאַרגעסט נישט די הַכנָסת-אוֹרחים; ווייל דוּרך דעם האָבּן עטלעכע, נישט וויסנדיק, מַכניס-אוֹרַח געווען מַלאָכים. 3 זכרו די, וואָס זענען אין קייטן, ווי געבּוּנדן מיט זיי; און די, ליידנדיקע, אַזויווי איר זענט אויך נאָך אין דעם גוּף. 4 זאָל דאָס חַתוּנה חוּפָּה האָבּן געהאַלטן ווערן בּכָּבוד צווישן אַלע, און זאָל דאָס חַתוּנה בּעט נישט מטַמא ווערן; ווייל די זונים און נוֹאפים וועט ה' מִשפּטן. 5 זייט פריי פוּן דער אַהֲבָה צוּ געלט, און זייט צוּפרידן מיט דעם, וואָס איר האָט; ווייל ער אַליין האָט געזאָגט: לֹא אַרְפְּךָ וְלֹא אֶעֶזְבֶךָ [דברים 31:6,8]. 6 אַזוי, אַז מיט פריילעכן בּטָחון זאָגן מיר: ה' - לִי בְעֹזְרָי, לֹא אִירָא מַה־יַעֲשֶה לִי אָדָם [זען תהלים 118:6]? 7 זיכרו אייערע מַנהִיגים, וועלכע האָבּן צוּ אייך גערעדט דאָס דָּבָר ה'; בּאַטראַכט דעם תַּכלית פוּן זייער לעבּן, און מאַכט נאָך זייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 8 רֶבּי מלך המָשיחַ הושע/ישוע איז דער זעלבּיקער נעכטן, און היינט, וּלעולמים! 9 לאָזט זיך נישט ארומטרייבּן פון פאַרשידענע און פרעמדע תורות; ווייל עס איז טוֹב, אַז דאָס לֵב זאָל בּאַפעסטיקט ווערן דוּרך חֶסֶד, נישט דוּרך מַאכָלים חזק! פוּן וואָס די, וואָס האָבּן זיך פאַרנוּמען מיט דעם, האָבּן נישט געהאַט קיין געווינס. 10 מיר האָבּן אַ מִזבֵּחַ, פוּן וואָס די, וואָס בּאַדינען דעם מִשכּן, האָבּן נישט קיין רְשוּת צוּ עסן. 11 וואָרעם די קערפּערס פוּן יענע בּהֵמות, וועמעס דָּם סע ווערט געבּראַכט אין מָקום-קָדוש אַריין דוּרך דעם כֹּהן-גָדול ווי אַ קָרבּן פאַר עבירה, ווערן פאַרבּרענט מחוּץ-למַחנה. 12 דערפאַר האָט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ למַחנה, כּדי לְקַדֵּש הָעָם הברית דוּרך זיין אייגן דָּם [זען ישעיהו 12-53:4]. 13 לאָמיר דערפאר אַרויסגיין צוּ אים מחוּץ-למַחנה צוּ טראָגן משיחס חַרפּה. 14 מחמת דאָ אין העולם הזה האָבּן מיר נישט קיין פארבּלייבּנדיקע שטעטל, נייערט די שטעטל העֲתִידָה מיר זוּכן. 15 על-כּן, לאָמיר דוּרך משיח תָּמיד מַקריב זיין אַ קָרבּן פוּן לויבּ צוּ ה', דאָס הייסט, די פּירות פוּן לעפצן, וואָס זענען הַמוֹדוֹת צוּ שמוֹ [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], 16 נישט דרייפנדיק אוועק פון גמֹל חֶסֶד און מעשים טובים שתף לכל, מחמת אַזעלכע זְבָחִים ווערן וואוילגעפעלן פאַר ה'. 17 געהאָרכט אייערע משגיחים [זען טימא 3:1], און זייט זיי אוּנטערטעניק, מחמת זיי וואַכן איבּער אייערע נשָמות, ווי די, וואָס וועלן דאַרפן אָפּגעבּן חֶשבּון, כּדי זיי זאָלן דאָס טאָן מיט שִׂמְחָה, און נישט מיט צַער; ווייל דאָס וואָלט געווען פאַר אייך תולדת אָן נוּצן. 18 דאוונען פאַר אוּנדז; ווייל מיר זענען איבּערצייגט, אַז מיר האָבּן אַ גוּט געוויסן, ווייל מיר בּאַגערן צוּ לעבּן ערלעך אין אַלצדינג. 19 און איך בּעט אייך נאָך אַ סַך מערער דאָס צוּ טאָן, כּדי איך [ר' אַפּוֹלוֹס? זען קורא 1:12; 6-3:4; 3:22; 4:6; 16:12; מהש 28-18:24; 19:1; טיט' 3:13] זאָל צוּ אייך וואָס גיכער צוּריקגעגעבּן ווערן. 20 און דער אלוקי הַשָלום, וואָס האָט צוּריקגעבּראַכט פוּן די טויטע אֲדֹנֵינוּ יהושע/ישוע, דעם רוֹעֵה הַצֹּאן הַגָּדוֹל, דוּרך דעם דָּם פוּן דעם בְּרִית עלום [זען יחזקאל 16:60], 21 זאָל אייך מאַכן תָּמים אין כל זאַך טוב צוּ טאָן רָצון ה', בּעת ער ווירקט אין אייך דאָס, וואָס איז וואוילגעפעליק פאַר אים דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, צוּ וועמען סע זאָל זיין דער כָּבוד לעולמי עולמים. אָמֵן. 22 און איך בּעט אייך, אַחִים במשיח, אַז איר זאָלט אָננעמען דאָס דאָזיקע דּבר-מוּסר הטפה; מחמת איך האָבּ אייך געשריבּן בּקִיצור. 23 זייט וויסן, אַז אוּנדזער אָח במשיח טִימוֹתֵיאוֹס איז בּאַפרייט געוואָרן [אֶפֶסוֹס? זען טימא 1:3]; מיט אים, אויבּ ער וועט בּקָרוב קוּמען, וועל איך אייך זען. 24 דרישת שלום צו כל אייערע מַנהִיגים, און כל קדוֹשִים. די פוּן אִיטַלְיָה גריסן אייך [פּריסקילה און עקילס? זען מהש 18:1,19]. 25 דער חֶסֶד ה' זאָל זיין מיט אייך אַלע. אָמֵן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |