Orthodox Hasidic Yiddish Bible יעקֹב יעקֹב1 א יַעקֹב [זען מתי 13:55; מהש 1:14; 12:17; 21-15:13; 21:21; גלט' 2:12; מהש 15:24; גלט' 10-2:9; יוחנן 7:5; קורא 9:7; 7-15:5; יהודה 1:1], אַן עֶבֶד פוּן ה' און פוּן הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע: צוּ די 12 שבָטים, וואָס זענען אין גָלות : שָלום! 2 פאַררעכנט עס פאַר שִׂמְחָה גְדוֹלָה, מיינע אַחִים במשיח, ווען איר פאַלט אַריין אין כָּלערליי נִסיוֹנות, 3 ווייל איר ווייסט, אַז דאָס אויספּרוּאוון פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פירט צוּ סבלנות. 4 זאָל אַבּער סבלנות האָבּן איר שלֵימוּתדיקע פּועֵל, כּדי איר זאָלט זיין שלֵימוּתדיק און תָּמים, און סע זאָל אייך גאָרנישט פעלן. 5 אויבּ אָבּער עמיצן פוּן אייך פעלט חָכמה, זאָל ער בּעטן דאווענענדיק בּיי ה', וועלכער גיט אַלעמען מיט אַ פוּלער האַנט, און מאַכט נישט צוּ שאַנד, און חָכמה וועט אים געגעבּן ווערן. 6 נאָר זאָל ער בּעטן דאווענענדיק מיט בּטחון אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, גאָרנישט צווייפלענדיק; ווייל דער מענטש פון צווייפל איז ווי די כוואַליע פוּן יַם, געטריבּן פוּן דעם ווינט און געשלייַדערט. 7 ער, דער אִיש פון צווייפל, זאָל נישט מיינען, אַז ער וועט עפּעס בּאַקוּמען פוּן ה'; 8 ער איז אַן אִיש פון לֵב וָלֵב סַעֲפִים [זען תהלים 119:113] און נישט פעסט בכל דרכו. 9 זאָל אָבּער דער שפלדיקער אָח במשיח פרייען אין די דַּעַת אַז ה' וועט יגזאָלט אים; 10 און דער עוֹשר מיט דעם, וואָס ער ווערט שָפל; מחמת ווי יָבֵש הָצִיר [ישעיהו 7-40:6] וועט ער פאַרגיין. 11 ווייל די שֶמֶש שיינט אויף מיט איר היץ, און פאַרוועלקט דאָס גראָז, און די בּלוּם דערפוּן פאלט אַראָפּ, און דער חֵן פוּן איר געשטאַלט גייט פאַרלוירן; אַזיי וועט אויך דער עוֹשר פאַרוועלקן אין זיינע וועגן. 12 אַשְרֵי הָאִיש, וועלכער טראָגט איבּער אַ נסָיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפּרואווט, וועט ער בּאַקוּמען די כֶּתֶר הַחַיים, אַז הבטיח ה' לכל האוהבים אים. 13 זאָל קיינער נישט זאָגן, ווען עס איז צייט לְהִתְנַסּוֹת, ה' מְנַסֶּה מיר; ווייל ה' קען נישט יְנֻסֶּה מיט רַע, און ער אַליין איז קיינעם נישט מנַסֶה. 14 נייערט יעדער איינער מִתְנַסֶּה, ווען ער ווערט גערייצט און פאַרפירט דוּרך זיין אייגענער תַּאווה [זען רומ' 7:18]. 15 יעמאָלט טוּט די תַּאווה, ווען זי ווערט מעוּבֶּרֶת, געבּערן חֵטְא; און די חֵטְא, ווען זי וואַקסט אויס, געבּערן דעם מָוֶת. 16 זייט נישט פארפירט, מיינע אַחִים במשיח אֲהוּבַי. 17 יעדע מַתָּנה טוֹבָה, און יעדע מַתָּנה שְלֵמָה, איז פוּן אויבּן, און קוּמט אַראָפּ פוּן דעם אלוקים אֲבי הָאוֹרוֹת, בּיי וועמען עס איז נישטאָ קיין שוּם פאַרענדערוּנג, אָדער אַ שאָטן חִלּוּף. 18 ברצון ה' האָט ער אוּנדז געבּוירן דוּרך דעם דָּבָר הַאֶמת [זען יוחנן 3:3; רומ' 10:17], כּדי מיר זאָלן זיין אַ מִין בִּיכּוּרים פוּן זיינע בּאַשעפענישן [זען קורב 5:17]. 19 דאָס ווייסט איר, מיינע אַחִים במשיח אֲהוּבַי: זאָל יעדער מענטש זיין גיך צוּ הערן, פּאַמעלעך צוּם רעדן, און פּאַמעלעך צוּם ווערן אין כעס; 20 ווייל דער כַּעַס פוּן בני אדם ווירקט נישט די צִדְקַת ה'. 21 על-כּן, טוּט אָפּ פוּן זיך יעדע שמוּציקייט און איבּערבּלייַבּ פוּן רֶשַע, און זייט מקַבּל מיט עַנִיוות דאָס אייַנגעפלאַנצטע דָּבָר ה', וואָס איז בּכּוֹח אין ישועת אלוקינו צוּ ראַטעווען אייערע נשָמות [זען התג' 3:20]. 22 אָבּער זייט שומרים פון דעם דָּבָר ה', און נישט בּלויז שומעים, וואָס פאַרפירן זיך אַליין. 23 ווייל אויבּ עמיצער איז אַ הערער פוּן דעם דָּבָר ה', און נישט קיין טוּער, איז ער געגליכן צוּ אַ מענטשן, וואָס זעט זיין לייַבּלעך פָּנים אין אַ שפּיגל; 24 ווייל ער זעט זיך אַליין [ווי, אין כתבי הקודש, ער זאָל זיין], און גייט אַוועק, און פאַרגעסט תֵיכּף וואָסער מִין מענטש ער האָט אויסגעזען. 25 אָבּער דער, וואָס קוּקט אַריין אין דער תּוֹרה הַשְלֵמָה, די תּוֹרה הַחֵרוּת [זען יוחנן 8:36; רומ' 5:1; 8:1, זען דבר ה' מתגשם, פריי פון הַרְשָעָה, רומ' 5:16, פריי פון פארמִשפֶּטוּנג], און בּלייבּט דערין, און וואָס איז נישט קיין הערער, וואָס פאַרגעסט, נייערט אַ טוּער, וואָס ווירקט [גמילות חסדים], וועט אים זיין וואויל אין זיין טוּאוּנג. 26 אויבּ עמיצער מיינט, אַז ער איז חרדי פרוּם, נאָך האט לָשוֹן הָרָע, נאַרט ער זיין לֵב, און זיין פרומקייט איז פּוּסט. 27 דאָס איז המאמין המשיחי וואָס איז טהור און רצוי פאַר אלוקינו, דאָס איז עבודת קודש פרומקייט פאַר אלוקים הָאָב: ביקור יתוֹמים און אַלְמָנוֹת אין זייערע צָרות, און צוּ האַלטן זיך אוּמבּאַפלעקט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |