James 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יעקֹב2

ב מיינע אַחִים במשיח, האַלט נישט די [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, הָאָדוֹן הַכָּבוֹד, מיט משוא פנים. 2 ווייל אויבּ סע קוּמט אַריין אין אייער שוּל אַ מענטש מיט זָהָב רינגען, און שיינע מַלבּוּשים פון בעקעטשע און שטריימל, און סע קוּמט אויך אַריין אַן אָרעמאַן אין שמאַטעס, 3 און איר קוּקט מיט חֵן אויף דעם, וועלכער טראָגט די שטריימל, און זאָגט: דוּ זיץ דאָ, אויף דעם בּכָּבודיקן זיצפּלאַץ; און צוּ דעם אָרעמאַן זאָגט איר: דוּ שטיי דאָרט, אָדער זיץ דיך אויף מושב השפל, 4 צי מאַכט איר דען נישט קיין משוא פנים חִילוק צווישן אייך אַליין, און ווערט שוֹפטים מיט מַחשָבות רֶשַע? 5 הנה! מיינע אַחִים במשיח אֲהוּבַי: צי האָט דער אויבערשטער נישט אויסדערוויילט די עֲנִיִּים פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, צוּ זיין רייך אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און יוֹרשים פוּן דעם מַלכות ה', וואָס אֲדֹשֶם האָט מַבטִיחַ געווען פאַר די, וואָס האָבּן אים ליבּ? 6 איר אָבּער האָט מבַזה געווען דעם עָנִי. צי בּאַדריקן אייך נישט די עַשִירים, און שלעפּן זיי אייך נישט פאַר דעם בֵּית-דִין? 7 צי טוּען זיי נישט לעסטערן דעם שם טוב פון רבי מלך המשיח, וואָס איז גערופן געוואָרן איבּער אייך? 8 אויבּ איר זענט טאַקע מקַיים דאָס תּוֹרַת הַמַּלְכוּת, כַּכָּתוּב : ואהבת לרעך עמוך [ויקרא 19:18], טוּט איר גוּט; 9 אויבּ אָבּער איר זענט משוא פנים, בּאַגייט איר עבירות, און ווערט פאַרמִשפּט דוּרך דער תּוֹרה ווי בַּעלי-עַבֵירה. 10 ווייל ווער סע וועט שומר מצוות איבּער די גאַנצע תּוֹרה, נאָר הֲפָּרָה מצווה אחד, ער איז אָשֵם בַּכֹּל מִצוות [זען דברים 27:26 אויף כל חומר הדין און הֲפָּרָה מצווה אחד פון ויקרא 19:18 תּוֹרַת הַמַּלְכוּת]. 11 ווייל דער, וואָס האָט געזאָגט: לא תנאף, האָט אויך געזאָגט: לא תרצח [זען שמות (14)20:13; דברים (18)5:17]. היינט, אויבּ דוּ בּיסט נישט מזַנה, נייערט טייטסט, האָסטוּ עוֹבר געווען על מצוות התורה. 12 אַזוי רעדט און אַזוי טוּט, ווי מענטשן, וואָס דאַרפן געמִשפּט ווערן דוּרך דער די תּוֹרה הַחֵרוּת [זען יוחנן 8:36; רומ' 5:1; 8:1, זען דבר ה' מתגשם, פריי פון הַרְשָעָה, רומ' 5:16, פריי פון פארמִשפֶּטוּנג]. 13 ווייל דער מִשפּט איז אָן רחמים פאַר דעם, וועלכער האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין רחמים; רַחמים טריאומפירט איבּער דעם משפּט. 14 וואָס נוּצט עס, מיינע אַחִים במשיח, אויבּ אַ מענטש זאָגט, ער האָט [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, נאָר ער האָט נישט קיין גמילות חסדים? צי קען אים זיין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה העלפן? 15 אויבּ אַן אָח במשיח, אָדער אָחוֹת במשיח איז אין שמאַטעס, און עס פעלט זיי אין לֶחֶם חֻקֵּנוּ [זען מתי 6:11], 16 און איינער פוּן אייך זאָגט צוּ זיי : גייט בּשָלום; זייט אָנגעוואַרעמט און געזעטיקט; און איר גיט זיי נישט די זאַכן, וואָס זענען נייטיק פאַר דעם בָּשָׂר, וואָס טוּט עס נוּצן? 17 אויך אַזוי איז [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, אויבּ זי האָט נישט קיין גמילות חסדים, זי איז פוּן זיך אַליין נִפְטָר. 18 עמיצער וועט אָבּער זאָגן : דוּ האָסט אֶמוּנה, און איך האָבּ גמילות חסדים! נו? ווייז מיר דיין אֶמוּנה אָן דיינע גמילות חסדים, און איך, דוּרך מייען גמילות חסדים, וועל דיר ווייזן מיין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 19 דוּ גלויבּסט, אַז ה' איז אֶחָד; דוּ טוּסט וואויל. די טייַוולאָנים גלויבּן אויך, און ציטערן. 20 ווילסטוּ אָבּער וויסן, אָ פּוסטער מענטש, אַז אֶמוּנה אָן גמילות חסדים איז עקרה? 21 צי איז אַברָהם-אָבינוּ נישט יִצְדַּק עִם ה' [זען איוב 25:4] דוּרך עקידה אֶמוּנה, אֶמוּנה וואס טוט ווירקן דורך עקידה [זען גלט' 5:6], ווען ער האָט מַקריב געווען זיין זוּן יִצחָקן אין דער עקידה? 22 דוּ זעסט, אַז אֶמוּנה האָט געווירקט מיט זיינע פְּעֻלָּה, און דוּרך פְּעֻלָּה איז די [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה געוואָרן שלימותדיק. 23 און דערפילט געוואָרן איז דער פָּסוק [זען בראשית 15:6], וואָס זאָגט: און אַברָהם האָט געגלויבּט ה', און עס איז אים פאַררעכנט געוואָרן פאַר מַה-יִּצְדַּק אֱנוֹש עִם ה' [איוב 25:4], און ער איז גערוּפן געוואָרן דער אוֹהֵב פוּן ה' [בראשית 15:6; ישעיהו 41:8; דברי הימים ב' 20:7]. 24 איר זעט, אַז דוּרך פְּעֻלָּה [פון אֶמוּנה] ווערט אַ מענטש גערעכטפאַרטיקט [זען גלט' 5:6], און נישט דוּרך אֶמוּנה לְבַדָּהּ. 25 איז דען נישט רָחָב-הַזוֹנָה אויף אַזאַ אוֹפן גערעכטפאַרטיקט געוואָרן דוּרך פְּעֻלָּה [פון אֶמוּנה], ווען זי האָט אויפגענוּמען די מרַגלִים, און האָט זיי אַרויסגעשיקט מיט אַן אַנדערן דֶּרֶךְ [יהושע 21-2:1]? 26 ווייל אַזוֹיווי דער גוּף אָן דער נשָמה איז נִפְטָר, אַזוי אויך איז אֶמוּנה אָן פְּעֻלָּה טויט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
James 1
Top of Page
Top of Page